אַרכיוו פֿון באַקאַנטער לינקער ייִדישער אָרגאַניזאַציע דיגיטאַליזירט

Archive of Well-Known Jewish Communist Organization Available Online

Cornell University Libraries

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published July 05, 2018.

נאָך דעם וואָס די ניו־יאָרקער רעגירונג האָט אין 1954 ליקווידירט דעם „אינטערנאַציאָנאַלן אַרבעטער־אָרדן‟ צוזאַמען מיט זײַן ייִדישער סעקציע — דער „ייִדישער פֿראַטערנאַלער פֿאָלקס־אָרדן‟ צוליב זײַנע קאָמוניסטישע פֿאַרבינדונגען, האָט די רעגירונג איבערגעגעבן זײַנע אַרכיוון „קאָרנעל־אוניווערסיטעט‟. הייסט עס, אַז זינט די 1950ער יאָרן האָט מען געדאַרפֿט פֿאָרן קיין איטאַקאַ, ניו־יאָרק, כּדי צו פֿאָרשן די גרעסטע וועלטלעכע־אַמעריקאַנער ייִדישע אָרגאַניזאַציע, וואָס איז בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה באַשטאַנען פֿון מער ווי 50,000 מיטגלידער און האָט אָנגעפֿירט מיט הונדערטער ייִדיש־שפּראַכיקע נאָכמיטאָג־שולן און אַ זומער־לאַגער.

לעצטנס האָט די ביבליאָטעק בײַם „קאָרנעל־אוניווערסיטעט‟ אַרויפֿגעשטעלט אויף דער אינטערנעץ דעם גאַנצן אַרכיוו פֿון טויזנטער דאָקומענטן. צווישן זיי געפֿינט מען אַ שלל מיט בריוו וועגן דער אָרגאַניזאַציע, קינדער־זשורנאַלן און אַנטאָלאָגיעס אָנגעשריבן פֿון ייִדישע קינדער, אַפֿישן וועגן דער צווייטער־וועלט־מלחמה, בריוו לטובֿת דעם „ייִדישן אַנטי־פֿאַשיסטישן קאָמיטעט‟, באַריכטן וועגן דעם לעבן אין וואַרשעווער געטאָ אַרויסגעגעבן נאָך פֿאַרן אויפֿשטאַנד און אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם ראָזענבערג־פּראָצעס.

צווישן די איינסן אין דער זאַמלונג געפֿינט מען אויך בריוו, דאָקומענטן און אַפֿישן פֿאַרבונדן מיט מאַרק שאַגאַל, אַלבערט אײַנשטיין, שלום אַש, שלמה מיכאָעלס, משה נאַדיר, פּיט סיגער, רות רובין, פּאָל ראָבסאָן און חיים זשיטלאָווסקי.

כּדי דורכצובלעטערן דעם אַרכיוו באַזוכט: https://digital.library.cornell.edu/collections/iwo-jpfo.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.