אַמבולאַנס־קאָמאַנדע פֿון פֿרויען באַקומט חשובֿע אויסצייכענונג

Female Ambulance Corps Wins Prestigious Award

רוחי פֿרײַער (אין מיטן) מיט מיטגלידערינס פֿון „עזרת נשים‟.
רוחי פֿרײַער (אין מיטן) מיט מיטגלידערינס פֿון „עזרת נשים‟.

פֿון אַליסע פֿישער (Forward)

Published July 06, 2018.

„עזרת נשים‟, אַן אָפּטייל פֿונעם אַמבולאַנס־קאָרפּוס „הצלה‟ וואָס באַשטייט בלויז פֿון חסידישע פֿרויען, איז לעצטנס אָנערקענט געוואָרן ווי די „פּיקוח־נפֿש אַגענטור פֿונעם יאָר‟ דורך דער ניו־יאָרקער אינסטאַנץ פֿאַר אָרגאַניזאַציעס וואָס באַהאַנדלען פּאַציענטן אין אַ מעדיצינישן נויטפֿאַל.

„עזרת־נשים‟ איז באַערט געוואָרן פֿאַר איר צושטײַער בײַם העלפֿן פֿאַרבעסערן די מעדיצינישע סיסטעם וואָס באַדינט פּאַציענטן אין אַ נויטפֿאַל.

„עזרת נשים‟ איז געשאַפֿן געוואָרן, דער עיקר, לטובֿת די פֿרויען וואָס האָבן שוועריקייטן בײַם גיין צו קינד אָדער וואָס לײַדן פֿון אַנדערע אָבסטעטרישע אָדער גינעקאָלאָגישע פּראָבלעמען. די אָרגאַניזאַציע העלפֿט אויך מיידלעך און עלטערע פֿרויען מיט אַנדערע שוועריקייטן. אַחוץ געבן די פּאַציענטקעס ערשטע הילף און ברענגען זיי אין שפּיטאָל, קומען די פֿרויען פֿון עזרת־נשים שפּעטער צוריק אין שפּיטאָל מבֿקר־חולה זײַן די פּאַציענטקעס.

אַלע פֿרויען אין דער „הצלה‟־קאָמאַנדע מאַכן, צו ערשט, דורך די אָפֿיציעלע טרענירונג פֿאַר נויטפֿאַל־סאַניטאַרן, און לערנען זיך אויס ווי אַזוי אָפּצומינטערן נײַ־געבוירענע קינדער, וואָס אָטעמען ניט.

די דירעקטאָרשע פֿון „עזרת נשים‟, די ריכטערין רוחי פֿרײַער, האָט גערעדט אויף דער צערעמאָניע וווּ מע האָט אויסגעטיילט די אויסצייכענונג.

„בײַ ייִדן איז דאָס באַדאַנקען אַ וויכטיקער פּרינציפּ,‟ האָט זי געזאָגט. „אַז דו באַדאַנקסט עמעצן, איז עס ווי אַ באַשטעטיקונג אַז דו האָסט פּשוט זיך נישט געקענט אַן עצה געבן אָן אים. מיר באַדאַנקען אַלע, וואָס האָבן אונדז געהאָלפֿן דערגרייכן ביז אַהער. עס דאַכט זיך ס׳איז בלויז נעכטן, וואָס מע האָט צו מיר אָנגעקלונגען און געפֿרעגט, צי איך קען העלפֿן די פֿרויען פֿון ׳עזרת נשים׳. איך האָב גאָרניט ניט געוווּסט וועגן נויטפֿאַל־מעדיצין. ס׳האָט מיך אָבער אַזוי גערירט זייער איבערגעגעבנקייט, אַז איך האָב געמוזט עפּעס טאָן, עס זאָל מקוים ווערן. אַ דאַנק אײַך פֿאַר אײַער שטיצע וואָס האָט קלאָר אָנגעוויזן אַז אויך חסידישע פֿרויען קענען אויפֿטאָן געוואַלדיקע זאַכן‟.