ריזיקער אויספֿאַרקויף פֿון ייִדישע ביכער אין תּל־אָבֿיבֿ

Large Yiddish Book Sale in Tel Aviv

Leyvik House/Forverts Montage

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published July 09, 2018.

אַז מע וויל קויפֿן אַ ייִדיש בוך אין ישׂראל מחוץ דער חסידישער וועלט זענען ניטאָ קיין סך געלעגנהייטן צו כאַפּן דערבײַ אַ מציאה. מע קען אַמאָל געפֿינען אַלטע ייִדישע ביכער אין געוויסע ביכערקראָמען און מע קען פּרובירן צו געפֿינען מענטשן, וואָס ווילן פּטור ווערן פֿון אַלטע ביכער אין זייער שטוב.

ס׳איז אַ זעלטענע זאַך, אָבער, אַז מע קען גיין אויף אַן אָרגאַניזירטן אויספֿאַרקויף פֿון ייִדישע ביכער. מיט פֿיר יאָר צוריק, למשל, איז דערשינען אינעם „פֿאָרווערטס‟ אַ קורצע באַשרײַבונג וועגן דעם, אַז מע וועט אויסטיילן ייִדישע ביכער אין תּל־אָבֿיבֿ ווײַל אַן אָרטיקע ביבליאָטעק האָט באַשלאָסן פּטור צו ווערן פֿון אירע ייִדיש־שפּראַכיקע ביכער. צוליבן קורצן באַריכט איז איין „פֿאָרווערטס‟־לייענער אין דײַטשלאַנד טאַקע געפֿאָרן אַזש קיין תּל־אָבֿיבֿ, כּדי בײַצוזײַן אויף דער צעטיילונג.

פֿרײַטיק, דעם 13טן יולי, וועלן די ליבהאָבער פֿונעם ייִדישן בוך אין ישׂראל האָבן נאָך אַ געלעגנהייט צו כאַפּן אַ מציאה. דער פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבער אין ישׂראל, „בית־לייוויק‟, האָט געלאָזט וויסן, אַז ער וועט מאַכן אַ ריזיקן אויספֿאַרקויף פֿון ביכער, קאָמפּאַקטלעך און פּלאַטעס.

דער אויספֿאַרקויף, וואָס דער פֿאַראיין רופֿט אָן אויפֿן אַמעריקאַנער שטייגער אַ „גאַראַזש־סייל‟, הייבט זיך אָן 11 אַ זייגער אין דער פֿרי בײַם לאָקאַל פֿונעם פֿאַראיין: 30 דבֿ־הוז גאַס אין תּל־אָבֿיבֿ לעבן דער ברייטער גאַס דיזענגאָף.

נאָך אינפֿאָרמאַציע, שרײַבט info@leyvik.org.il.