געװען אַ מאָל אַ ציוניסט ־ נאָר װאָס בין איך הײַנט?

I Used To Be a Zionist – But What Am I Now?

Yehuda Blum

פֿון שלום בערגער

Published July 10, 2018.

אױפֿגעװאַקסן בין איך אין אַ באַקװעמער אַמעריקאַנער פֿאָרשטאָט אין דער קלײנער ייִדישער קהילה פֿון לויִװיל, קענטאָקי. יאָ, דער זעלבער קענטאָקי געשילדערט אין דער פּאָעמע פֿון י. י. שװאַרץ, „אַ מעשׂה פֿון האָפֿענונגען און אַסימילאַציע‟.

מײַנע עלטערן, װאָס האָבן זיך איבערגעקליבן אַהער אין די 1980ער יאָרן, זײַנען אָבער דער היפּוך פֿון אַסימילאַטאָרן. זײ האָבן זיך באַקענט און פֿאַרליבט אין 1968 בעת אַ לערניאָר אין העברעיִשן אוניװערסיטעט אין ירושלום. מײַן פֿאָטער איז אַ פֿליסיקער קענער פֿון העברעיִש (װי אױך אַראַביש און רוסיש). אין אוניװערסיטעט האָט ער געשריבן העברעיִשע לידער. מײַן מאַמע קען אױך העברעיִש גאַנץ גוט. זײ האָבן ערנסט אַרומגערעדט צי זײ זאָלן עולה זײַן, נאָר צום סוף, צוליב אַ דוחק פֿון פּרנסה אין דער ייִדישער מדינה, האָבן זײ זיך אומגעקערט אין אַמעריקע. דאָרט בין איך געבױרן געװאָרן, און אין קענטאָקי האָט מען מיך אױפֿגעהאָדעװעטט אין גײַסט פֿון ליבעראַלן אַמעריקאַנער ציוניזם.

עפּעס האָט זיך אָבער געביטן זינט יענע קינדעריאָרן. װי אַזױ און פֿאַר װאָס?

דער ציוניזם, װי יעדע פּאָליטישע פֿילאָסאָפֿיע, קען באַטראַכט װערן אױף אַ פּשוטן אופֿן אָדער אױף אַ קאָמפּליצירטן. פּראָסט־און־פּשוט איז גרינג צו פֿאַרשטײן: ייִדן, אַ פֿאָלק מיט פֿעלקער גלײַך, דאַרפֿן געניסן פֿון אַ נאַציאָנאַלער הײם װוּ זײ קענען אַנטװיקלען זײער קולטור און זיך פֿאַרטײדיקן, אומגעשטערט. כאָטש חסרונות צום מאָדעל פֿון נאַציע־שטאַטן זײַנען פֿאַראַן אָן אַ שיעור, פֿאַר װאָס מוזן ייִדן זײַן „צו עטיש“ צו האָבן אַ לאַנד װי אַלע אַנדערע?

איך בין אױפֿגעהאָדעװעט געװאָרן מיט אַ ליבשאַפֿט צום ייִדישן פֿאָלק, צו דער העברעיִשער שפּראַך בכלל און צו איר ליטעראַטור בפֿרט. עד־היום איז דאָס מיר אײַנגעבאַקן אין האַרצן.

דער אמת איז אָבער, װי מיר װײסן, אַ סך מער קאָמפּליצירט. די רעאַליטעט שטימט נישט מיט דער אידעאָלאָגיע, באַזונדערש אױב מ׳איז נישט פֿונדאַמענטאַליסטיש אָדער משיחיסטיש געשטימט אין דער פּאָליטיק. איך בין נישט דאָס און נישט יענץ.

די גרעסטע קאָמפּליקאַציע איז נישט נאָר אַ „קאָמפּליקאַציע,“ נאָר אַ קאָנפֿליקט: אַ צװײט פֿאָלק װאָס איז באַזעצט אױפֿן זעלבן שטיקל ערד. װאָס טוט מען דערמיט? װי אַזױ קענען די צוויי פֿעלקער לעבן בשלום אין זעלבן װינקל?

װען דער ציוניזם װאָלט עקזיסטירט אױף אַן אַנדער פּלאַנעט, אױף אַ לײדיקער ערד, װאָלט אַלץ אַװדאי געװען פּשוטער. אױף אונדזער װעלט קען מען אָבער נישט צעשײדן קולטור און פּאָליטיק. דאָס גרינדן אַ לאַנד מײנט צונעמען כּוח פֿון אַנדערע, און דאָס פֿאַרטײדיקן זיך מײנט אױך האָבן צו טאָן מיט שׂונאים – און, נאָך שװערער, אומשולדיקע מענטשן װאָס האָבן װײניק כּוח — אַזעלכע װאָס מיר ייִדן זײַנען געװען במשך אַזױ פֿיל יאָרן.

ארץ־ישׂראל, הײַנט װי נעכטן, איז נישט קיין לאַנד װאָס געהערט נאָר צו אײן פֿאָלק. צװײ פֿעלקער טענהן אַז מע זאָל אָנערקענען זײַן אוניקאַל רעכט אױף דעם. קען מען נישט אַװעקמאַכן מיט דער האַנט דאָס צװײטע פֿאָלק אױך.

שטעלט זיך אַרױס, אַז דער ציוניזם מוז במילא האָבן צו טאָן מיט יענעם צװײטן פֿאָלק אויך, און די באַשלוסן װאָס די ישׂראלדיקע רעגירונג האָט פֿריִער אָנגענומען, און נעמען אָן ביזן הײַנטיקן טאָג, זײַנען משפּיע אױף דער סאַמע דעפֿיניציע פֿון ציוניזם אַלײן. אַזױ װי די ייִדישע מדינה איז שױן 70 יאָר פֿאַראַן אױף דער װעלט איז אוממעגלעך פֿונאַנדערצושײדן צװישן דער מדינה וואָס מע שילדערט אין די נײַעס און דער מדינה פֿון די געשיכטע־ביכער, אָנהייבנדיק מיטן ערשטן ציוניסטישן קאָנגרעס אין באַזעל אין 1897. די רעאַליטעט װירקט אױף דער טעאָריע אױך.

אַזױ װי ס׳איז שױן נישטאָ קײן פֿאַראײניקטע שטאַטן אָן ראַסיזם, שקלאַפֿערײַ און הײַנטיקע װײַסע סופּרעמאַטיע (װײַל די אַלע זײַנען עיקר־טײלן פֿון דער אַמעריקאַנער געשיכטע), זײַנען יענע חסרונות פֿון מדינת־ישׂראל אױך אַ טײל פֿונעם ציוניזם.

צו ביסלעך האָב איך אײַנגעזען אַז מע קען זיך נישט אַרױסדרײען פֿון די דאָזיקע חסרונות. אין אָנהײב האָב איך געמײנט אַז אַ ליבעראַלער ציוניזם איז נאָך אַלץ מעגלעך, אַ לאַנד װוּ די װערטן שטימען (כאָטש נישט 100% אױסגעהאַלטן) מיטן מענטשנרעכט און אַלגעמײנעם מאָראַל. אײַ, מע אָקופּירט די שטחים פֿון אַ צװײטן פֿאָלק? ס׳איז אַװדאי הימל־שרײַענדיק, נאָר ס׳איז אױך אַ פּראָדוקט פֿון היסטאָרישע טעותן װאָס פּאָליטיקער מיט גוטע כּוונות קענען אױסאַרבעטן בײַ אַ פֿאַרהאַנדלונג־טיש. אַראַבער לײַדן פֿון אַן אומגלײַכן און אונטערגעדריקטן סטאַטוס? די סיסטעם איז צעבראָכן, נאָר מע טרעט פֿאָרױס, בהדרגהדיק, מיט דער הילף פֿון הײמישע אַראַבישע אַקטיװיסטן.

זינט דעם דורכפֿאַל פֿון אָסלאָ, זינט דעם מאָרד פֿון ראַבין און דעם אױפֿקום פֿון ביבי מיט זײַן כּתּ, האָב איך אָבער אײַנגעזען אַז איך האָב פֿריִער געהאַט אַ פֿאַרקערט בילד דערפֿון. נישט דער ציוניזם איז אַן אידעאַל און די חסרונות זײַנען אַ מניעה דערצו, נאָר אַלץ איז צונױפֿגעמישט, מעלות און חסרונות צו גלײַך. נישטאָ קײן ישׂראל אָן די חטאים פֿון אָקופּאַציע, דעם הרגענען אומשולדיקע פּאַלעסטינער, און די נאָענטע באַציִונגען (מיטן פֿינאַנציעלן שטיץ) פֿון פֿרומאַקישן רעװאַנשיזם אין די טעריטאָריעס. ביביס רעכטע פּאָליטיק, די פֿאַרברײטערונג פֿון מיליטאַריזם און דאָס אָפּמעקן יעדע מעגלעכקײט פֿון אַ לײזונג פֿון צװײ מלוכות איז נישט קיין אײנמאָליקער פֿאַרפֿלױגענער מאָמענט, נאָר געקניפּט און געבונדן מיט דער שױן אײַנגעפֿונדעװעטער ישׂראל־פּאָליטיק, אַ שעטנז פֿון טראָמפּ און ביבי.

אַװעקמאַכן אַלץ קען איך נישט. פּטור װערן פֿון אַ ייִדישער מדינה איז נישט מײַן פֿאַרלאַנג. נאָר דער ציוניזם, װי אַן עפֿנטלעכע פּאָליטישע אידעאָלאָגיע װאָס װערט אַרומגערעדט, פֿאַרטײדיקט, און אָפֿיציעל געשטיצט, קען מען מער נישט אָפּרײַסן פֿונעם רעכט־געשטימטן ראַסיזם און אומפּשרותדיקער אָקופּאַציע װאָס האָט פֿאַרלױרן יעדן שמץ פֿון אינטערעס אין שלום־אָפּמאַכן. װאָס טוט מען װײַטער? איך בין נישט דער אײנציקער אַמעריקאַנער ייִד װאָס איז אַ ליבהאָבער פֿון דער העברעיִשער קולטור, אַ גלײביקער אין ייִדישער קולטורעלער אױטאָנאָמיע און אויך אין אַ פֿיל־קולטורעלער גלאָבאַלער פּאָליטיק, װאָס האַלט אַז די איצטיקע װיזיע פֿון ישׂראל קען װײַטער נישט אָנגײן.

איך זע נישט קײן תּיכּפֿדיקע לײזונג, נאָר איך מײן אַז ס׳איז שױן געקומען די צײַט אַז אַ סך פֿאַרשײדענע אָפּציעס מוזן אַרומגערעדט װערן מיט איין מאָל. אױב די מדינה מוז אױסקוקן אַנדערש צו האָבן אַ מאָראַלע האַפֿט, אױב צװײ מלוכות פֿאַר צװײ פֿעלקער קען נישט עקסיסטירן אין איצטיקן קריזיס־מאָמענט, מוז מען גײן אונדזער אײגענעם װעג און נישט לאָזן יענעם צו אונדז דרשענען װאָס ס׳איז כּשר צי טרײף אין אונדזער פּאָליטיק פֿאַר אַ מאָראַלישער ייִדישער מדינה. בױקאָטירן די טעריטאָריעס אָדער דעם ביבייזם אַלײן? נישט אױסגעשלאָסן. אַגיטירן קעגן אַבי װעלכער מדינה, ייִדישער צי פּאַלעסטינישער, װאָס שטימט נישט מיט אַ צוקונפֿטיקער װיזיע? דאָס אױך.

עס קלינגט װי אַ פּוסטע פֿאַנטאַזיע, נאָר ס׳איז געקומען די צײַט איך זאָל זאָגן, איך שטיץ אַ ייִדישע מדינה, נאָר דװקא נישט די איצטיקע.

װאָס עס װעט קומען װײַטער, דאָס דאַרפֿן מיר אַלײן אױספֿירן.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.