ייִדיש־סטודענטן פֿון נ״י און אַמהערסט באַקענען זיך אין בראָנקס

NY and Amherst Yiddish Students Meet in the Bronx

די זינגערײַ אין „ייִדיש־הויז‟.
Itzik Gottesman
די זינגערײַ אין „ייִדיש־הויז‟.

פֿון פֿאָרװערטס־רעדאַקציע

Published July 10, 2018.

שבת־צו־נאַכטס, דעם 7טן יולי, האָבן די ייִדיש־סטודענטן פֿון דער זומער־פּראָגראַם בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ לעבן אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס און אַ טייל פֿון די סטודענטן אין דער „ייִוואָ־באַרד־זומער־פּראָגראַם‟ אין ניו־יאָרק זיך געטראָפֿן אינעם „ייִדיש־הויז‟ אויפֿן נאָמען פֿון דער דיכטערין ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן און איר מאַן יונה גאָטעסמאַן, אין בראָנקס, ניו־יאָרק.

דאָס איז דאָס דריטע יאָר וואָס די ביידע גרופּעס האָבן זיך באַגעגנט אינעם „ייִדיש־הויז‟.

די סטודענטן, וואָס זענען געקומען פֿון אַלע עקן וועלט, האָבן געשמועסט, גענאַשט און געזונגען בציבור. צװישן די לידער: בײלעס „בלעטעלעך אין װינט‟, „האַרבסט־ליד‟ און „דאָס קאָזאַקן־ליד‟ (מיטן קלינגעװדיקן רעפֿרען: „הוצאַ־צאַ!‟), װי אויך פּאַסיקע לידער אויף מוציא־שבת: „שנירעלע פּערעלע‟ און אַלטע ניגונים. די לערערין פֿון דער ייִוואָ־פּראָגראַם, שבֿע צוקער, האָט אָנגעפֿירט מיטן געזאַנג און געוויסע געסט, ווי דער זינגער חיים וואָלף און דער אַקטיאָר אלי ראָזען, האָבן אויך אָנטיילגענומען.

דער אָוונט איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורך נח באַרעראַ, אַ לערער אין דער ייִוואָ זומער־פּראָגראַם וואָס וווינט טאַקע אינעם „ייִדיש־הויז‟, און בען קאַפּלאַן, דירעקטאָר פֿון דער ייִוואָ־פּראָגראַם.

די סטודענטן פֿונעם „ייִדישן־ביכער־צענטער‟ זענען דעם פֿאַרגאַנגענעם סוף־וואָך געװען אין ניו־יאָרק כּדי זיך צו באַקענען מיט דער אָרטיקער ייִדיש־וועלט און איינער פֿון די אָנפֿירערס, כאַסקל לעווין, איז געװען דער װאָס האָט זיי געבראַכט אינעם „ייִדיש־הויז‟.

דרײַ ייִוואָ סטודענטקעס פֿון פּוילן: אָלאַ גלובאַ פּיעפּרץ, יאָוויטאַ פּאַטשיק און עלזביעטאַ קוויעטשינסקאַ.
Itzik Gottesman
דרײַ ייִוואָ סטודענטקעס פֿון פּוילן: אָלאַ גלובאַ פּיעפּרץ, יאָוויטאַ פּאַטשיק און עלזביעטאַ קוויעטשינסקאַ.
פֿיר סטודענטן פֿונעם „ייִדישן־ביכער־צענטער‟: סאָפֿיע איידלהאַרט, שׂרה ביסקאָוויטש אַדה העטקאָ און אַלעקס סאַלערנאָ
Itzik Gottesman
פֿיר סטודענטן פֿונעם „ייִדישן־ביכער־צענטער‟: סאָפֿיע איידלהאַרט, שׂרה ביסקאָוויטש אַדה העטקאָ און אַלעקס סאַלערנאָ


Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.