דאָס לעבן גייט נישט אַלעמאָל לויטן פּלאַן

Life Sometimes Takes Unpredictable Turns


פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published July 11, 2018.

אינעם ערשטן טייל פֿון דער הײַנטיקער טאָפּלטער פּרשה האָט משה רבינו צונויפֿגערופֿן די ייִדישע שבֿטים — „מטות‟ — און האָט זיי מסביר געווען, אַז מע מוז מקיים זײַן די פּערזענלעכע נדרים און שבֿועות, כּל־זמן מע איז נישט מתּיר זיי על־פּי הלכה.

משה רבינוס רייד הייבט זיך אָן מיט די ווערטער „זה הדבֿר אַשר צוה ה׳‟: דאָס איז די זאַך, וואָס דער אייבערשטער האָט געהייסן. שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז סײַ די נדרים, סײַ די התּרת־נדרים (דאָס בטל מאַכן די אָנזאָגן) פֿאַרנעמען אַ צענטראַל אָרט אין דער תּורה. דאָס איז די זאַך וואָס איר זאָלט טאָן, הייסט אונדז דער הייליקער באַשעפֿער.

למעשׂה, ווייסן מיר דאָך, אַז די ייִדישע טראַדיציע באַציט זיך לאַוו־דווקא פּאָזיטיוו צום גאַנצן ענין פֿון נדרים.

לויטן באַקאַנטן מינהג, זאָגט מען „בלי־נדר‟, ווען מע קלײַבט זיך עפּעס צו טאָן, כּדי דער צוזאָג זאָל נישט באַקומען דעם הלכהדיקן כּוח פֿון אַן עכטן נדר. אין אַ סך קהילות איז אויך פֿאַרשפּרייט דער מינהג מתּיר צו זײַן אַלע נדרים ערבֿ ראָש־השנה, כּדי פּטור צו ווערן פֿון צופֿעליקע אָדער פֿאַרגעסענע אָנזאָגן.

אַ סך ייִדן באַטראַכטן דעם כּל־נדרי ווי גאָר אַ וויכטיקן מאָמענט פֿון יום־כּיפּור. אַפֿילו די, וואָס פֿאַסטן נישט בכלל, קומען אין שיל אויסצוהערן דעם באַקאַנטן שײנעם ניגון. אין דער אמתן, איז דאָס כּל־נדרי נישט אַן אינטעגראַלער טייל פֿון דער יום־כּיפּורדיקער עבֿודה. דאָס איז אַן אַנדער מאָמענט, ווען ייִדן דערקלערן, אַז זיי ווילן פּטור ווערן פֿון איבעריקע נדרים, באַגלייט מיט אַ מין פֿאָרויסיקן קאָלעקטיוון „בלי־נדר‟ אויף אַ גאַנץ יאָר. פֿון דעסט וועגן, „מינהג ישׂראל תּורה הוא‟ – ייִדישע מינהגים שטאַמען אויך פֿון דער תּורה. דער עולם באַציט זיך זייער ערנסט צום כּל־נדרי, ווײַל קיינער וויל נישט בלײַבן מיט דער משׂא פֿון נישט־אויסגעפֿירטע נדרים.

אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און אַ צאָל אַנדערע לענדער אָנערקערט די רעגירונג דעם פֿאַקט, אַז די ייִדישע רעליגיע באַטראַכט איבעריקע שבֿועות ווי אַן עבֿירה. די אַמעריקאַנער אימיגראַציע־ און געריכט־אינסטאַנצן דערלויבן בלויז אויפֿצוהייבן די האַנט אָדער סתּם צוצוזאָגן נישט צו זאָגן קיין ליגן, אויב עמעצנס רעליגיעזע איבערצײַגונגען פֿאַרווערן צו שווערן.

אויב מע נעמט טאַקע אויף זיך אַ שבֿועה צי אַ נדר, מוז מען עס זיכער מקיים זײַן. סתּם אַזוי טאָר מען אָבער נישט שווערן. „דאָס איז די זאַך‟, הייסט דער רבונו־של־עולם זײַן נבֿיא צו באַוואָרענען וועגן דעם אַלע ייִדישע שבֿטים. ס׳איז בעסער זיך צו באַגיין בכלל אָן קיין שבֿועות און נדרים, און דאָס איז טאַקע אַ וויכטיקער תּורה־פּרינציפּ.

אינעם צווייטן טייל פֿון דער סדרה ווערן איבערגעציילט די ערטער, וווּ ייִדן האָבן זיך אָפּגעשטעלט במשך פֿון זייערע 40־יאָריקע וואַנדערונגען אינעם מידבר. בסך־הכּל, ווערן דערמאָנט 42 מקומות. ווי באַלד ס׳רובֿ פֿון זיי בלײַבן הײַנט צו טאָג אינגאַנצן אומבאַקאַנט, באַטאָנען די מקובלים און חסידישע צדיקים, אַז אין די נעמען פֿון די דאָזיקע ערטער שטעקט אַן אייביקער מיסטישער באַדײַט. זיי באַצייכענען פֿאַרשיידענע סיטואַציעס אָדער פּסיכאָלאָגישע צושטאַנדן, וועלכע יעדער מענטש מוז דורכמאַכן במשך פֿון זײַן לעבנסוועג, כּדי אַרײַנצוקומען אינעם אינערלעכן ארץ־ישׂראל – זײַן אייגענעם געטלעכן נשמה־שורש.

אַפֿילו אָן קיין מיסטישע חכמות איז דאָך פֿאַרשטענדלעך, אַז דאָס מענטשלעכע לעבן איז אַ שווערער, קאָמפּליצירטער וועג. אויף יעדער „סטאַנציע‟ וואַרטן כּלערליי פּאָטענציעלע שוועריקייטן און סכּנות, אינערלעכע און אויסערלעכע. אָפֿט ווייסט מען נישט פֿון פֿאָרויס, וווּהין דער וועג וועט ווײַטער פֿירן. מע פּלאַנירט איין זאַך, אָבער עס באַקומט זיך קאַפּויער. אויב ער טראַכט זיך גוט אַרײַן, קאָן יעדער דערוואַקסענער איבערציילן מער ווי 42 לעבן־שטאַפּלען, בפֿרט נאָך אַ גענוג לאַנגער דערפֿאַרונג פֿון משפּחה־לעבן.

אַ סך מענטשן טראַכטן, אַז זיי וועלן דערגרייכן אַ גרעסערן דערפֿאָלג, בגשמיות און ברוחניות, אויב זיי שטעלן פֿאַר זיך קאָנקרעטע צוועקן, וואָס מע מוז דערגרייכן מיט אַן אַבסאָלוטער אַנטשלאָסנקייט. ווען מע זוכט אַן אַרבעט, באַטאָנט מען אינעם רעזומע, אַז מע איז גרייט אויסצופֿירן אַלע געשטעלטע אויפֿגאַבעס. ווען עמעצער האָט אַ שלימזלדיק לעבן, מיינט אָפֿט דער עולם, אַז מע איז אַליין שולדיק; אויב מע אַרבעט גענוג שווער מיטן טראָפּ אויף אַ קאָנקרעטן ציל, האָט מען מזל און הצלחה אין לעבן.

די תּורה הייסט אונדז אָבער דווקא נישט צו טראַכטן אַזוי. ס׳איז אַפֿילו אַפּיקורסיש אַזוי צו טראַכטן. אין דרײַ וואָכן אַרום וועלן מיר לייענען אין פּרשת „עקבֿ‟, אַז מע טאָר נישט באַטראַכטן די פּערזענלעכע הצלחה ווי אַ רעזולטאַט פֿון אייגענע כּוחות.

זיכער דאַרף מען האָבן אַן אַלגעמיינעם פּלאַן אין לעבן. סוף־כּל־סוף, האָבן ייִדן אינעם מידבר געוווּסט גאַנץ קלאָר, אַז נאָכן לאַנגן 40־יאָריקן נע־ונד וועלן זיי אָנקומען קיין ארץ־ישׂראל. די שבֿועות און נדרים זענען צומאָל אויך נוצלעך, דערפֿאַר הייבט זיך פֿון זיי אָן די הײַנטיקע סדרה.

בדרך־כּלל איז אָבער בעסער, ווען מע שטרעבט צו דערגרייכן די לעבנס־צוועקן „בלי־נדר‟. טאָמער עפּעס פֿאַלט דורך – לאָמיר גיין ווײַטער אָן ייִאוש און מרה־שחורה. גיי ווייס, אין וואָס פֿאַר אַ נײַע אומבאַקאַנטע ערטער וועט דער רבונו־של־עולם אונדז נאָך אַרײַנברענגען.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.