אַפֿראָ־קובאַנער ייִדישע אָפּערע אין מאָנטקלער, ניו־דזשערזי

Afro-Cuban Yiddish Opera in Montclaire, New Jersey

אַ סצענע פֿון דער אויפֿפֿירונג פֿאַראַיאָרן אין האַוואַנע
Courtesy of Ruth Bahar
אַ סצענע פֿון דער אויפֿפֿירונג פֿאַראַיאָרן אין האַוואַנע

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published July 11, 2018.

אַנדערהאַלבן יאָר נאָך איר פּרעמיערע אין האַוואַנע וועט מען צום ערשטן מאָל פֿאָרשטעלן פֿרענק לאָנדאָנס אָפּערע „האַטואיי: זכּרון פֿון פֿײַער.‟ אין אַמעריקע.

די אָפּערע, אויף ייִדיש, שפּאַניש און ענגליש, וועבט צונויף דעם סיפּור־המעשׂה פֿון אָסקאַר פּיניס׳ עפּישער ייִדישער פּאָעמע „האַטואיי‟, מיט אַן אויסגעטראַכטער סיפּור־המעשׂה, וואָס ווײַזט ווי דער שרײַבער אָסקאַר פּיניס פֿאַרליבט זיך אין אַ קובאַנער רעוואָלוציאָנערקע. „האַטואיי‟, לכתּחילה אָנגעשריבן אין 1931, שילדערט די עכטע געשיכטע פֿונעם טײַאיינאָ־אינדיאַנער פֿירער מיטן זעלביקן נאָמען, וואָס די שפּאַניער האָבן אומגעבראַכט.

ווי לאָנדאָן האָט פֿאַראַיאָרן דערקלערט דעם „פֿאָרווערטס‟, האָט ער אויסגעקליבן פּיניס׳ „האַטואיי‟, ווײַל ער האָט לאַנג געוואָלט שאַפֿן אַ ייִדישע אָפּערע אָבער דווקא ניט איינע, וואָס קומט פֿאָר אין אַ שטעטל. לאָנדאָן האַלט, אַז די פּאָעמע איז געווען גוט צוגעפּאַסט, ניט בלויז ווײַל לאָנדאָן שפּילט שוין צענדליקער יאָרן די קובאַנער מוזיק, נאָר אויך ווײַל די אוניווערסאַלע טעמעס פֿון אונטערדריקונג און פֿרײַהייט האָבן געפּאַסט פֿאַר אַן אָפּערע בכלל. דערצו האָט ער געוואָלט שאַפֿן אַ מולטיקולטורעלע פּראָדוקציע, וואָס בינדט צונויף די קובאַנער, ייִדישע און טײַאיינאָ־אינדיאַנער קולטורן.

די פֿאָרשטעלונגען וועלן פֿאָרקומען אינעם „מאָנטקלייר־אוניווערסיטעט‟ אין מאָנטקלער ניו־דזשערזי, פֿונעם 14טן ביזן 23סטן סעפּטעמבער. כּדי צו באַשטעלן בילעטן באַזוכט: https://www.peakperfs.org/event/hatuey-opera/2018-09-14/#videos.