דער „ייִדישער אײַדאָל‟ אין מעקסיקע זוכט טאַלאַנטן פֿון אויסלאַנד

Yiddish Idol in Mexico Seeks Foreign Talent

Yiddish Idol

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published July 12, 2018.

אַזוי ווי אין די פֿריִערדיקע יאָרן, זוכן די אָרגאַניזירער פֿונעם „ייִדישן אײַדאָל‟ אויסלענדישע זינגער, וועמען זיי קענען ברענגען קיין מעקסיקע, כּדי זיי זאָלן אויפֿטרעטן ווי אַ טייל פֿונעם זינג־פֿאַרמעסט „דער ייִדישער אײַדאָל‟. די אינטערנאַציאָנאַלע געסט, ווי אויך די באַטייליקטע אין מעקסיקע גופֿא, וועלן קאָנקורירן פֿאַרן ערשטן פּריז פֿון 14,000 פּעזעס (אַרום 750 אַמעריקאַנער דאָלאַר).

מע זוכט לידער אין צוויי קאַטעגאָריעס: 1) אָריגענעלע לידער אויף ייִדיש געשריבן פֿון די זינגער אַליין (מיט אָריגינעלע אָדער שוין־געשריבענער מוזיק) און 2) דער בעסטער אויפֿטריט פֿון אַ שוין־עקזיסטירנדיק ייִדיש ליד, אָדער אַ ליד, וואָס מע האָט איבערגעזעצט אויף ייִדיש.

פֿאַר דער ערשטער קאַטעגאָריע מוזן די ווערטער צום ליד זײַן אָריגינעלע און ביז אַהער קיינמאָל פֿריִער ניט פּובליקירט. מע נעמט אָן לידער פֿון אַלע מינים זשאַנערס, מיט אָדער אָן מוזיקאַלישער באַגלייטונג. דאָס ליד מוז דויערן כאָטש צוויי און אַ האַלב מינוט.

פֿאַר דער צווייטער קאַטעגאָריע קען מען אויפֿטרעטן מיט אַ שוין עקזיסטירנדיק ייִדיש ליד, אָדער איבערזעצן אַ ליד אויף ייִדיש פֿון אַ פֿרעמדער שפּראַך. אַזוי ווי בײַ דער ערשטער קאַטעגאָריע נעמט מען אָן לידער פֿון אַלע מינים זשאַנערס, מיט אָדער אָן מוזיקאַלישער באַגלייטונג און דאָס ליד מוז דויערן כאָטש צוויי און אַ האַלב מינוט.

כּדי אָנצוגעבן אויפֿן פֿאַרמעסט מוז דער זינגער אָדער זינגערין אַרײַנשיקן אַ ווידעאָ, אין וועלכן ער אָדער זי טרעט אויף מיטן ליד, צוזאַמען מיטן טעקסט פֿונעם ליד. מע דאַרף אויך אַרײַנשיקן אַ פֿאַרבינדונג צום ווידעאָ (אויף „יו־טוב‟, אָדער דורך „דראָפּבאָקס‟) און דעם טעקסט פֿונעם ליד צום אַדרעס ijbin@deridisheridol.com ביזן 8טן סעפּטעמבער.

דער פֿאַרמעסט גופֿא וועט פֿאָרקומען זונטיק, דעם 25סטן נאָוועמבער, 2018. אין צוזאַמענהאַנג מיט אים וועט מען אויך פֿאָרשטעלן אַ ריי ספּעקטאַקלען און אַקטיוויטעטן פֿאַרבונדן מיט ייִדיש, אַרײַנגערעכנט קינדער־דערציילונגען פֿאָרגעלייענט אויף מאַמע־לשון, קאָכוואַרשטאַטן און אַ יאָגע־וואַרשטאַט וואָס לערנט די ייִדישע נעמען פֿון די פּאָזעס.

נאָך אינפֿאָרמאַציע פֿאַרבינדט זיך מיט סילוויע ביאַליק, די דירעקטאָרשע פֿונעם „ייִדישן אײַדאָל‟, דורכן שרײַבן silvia@edo-mex.net.