„מיר וועלן זיי איבערלעבן‟ — געזונגען אויף ייִדיש

"We Shall Overcome" Sung in Yiddish

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published July 13, 2018.

דער קראָקאָווער ייִדישער קולטור־פֿעסטיוואַל האָט שטענדיק געטראָגן אַ פּאָליטישן כאַראַקטער.

אין אַ לאַנד וווּ איינע פֿון די הויפּט פּאָליטישע פּאַרטייען באַטראַכט פּוילן ווי אַ שטח בלויז פֿאַר פּאָליאַקן, איז דאָס אָנפֿירן מיט אַ פֿעסטיוואַל לכּבֿוד די ייִדן, וואָס האָבן במשך פֿון 400 יאָר באַטראָפֿן די גרעסטע מינאָריטעט אין לאַנד, שוין פֿאַר זיך אַ מין פּאָליטישער אַרויסזאָג. יענער פּאָליטישער כאַראַקטער ווערט בולט אַרויסגעבראַכט, למשל, ווען יאַנוש מאַקוש, דער גרינדער פֿונעם פֿעסטיוואַל, טרעט אויף יעדעס יאָר אויף דער טעלעוויזע בשעתן פֿעסטיוואַלס הויפּטקאָנצערט און דערקלערט פֿאַר וואָס ער האַלט אַז ס׳איז וויכטיק פֿאַר פּוילן, אַז די פּאָליאַקן זאָלן זיך דערוויסן מער וועגן זייער לאַנדס מולטי־קולטורעלער פֿאַרגאַנגענהייט. אין נאָרמאַלע פּאָליטישע באַדינגונגען וואָלט דאָס דערקלערן אַז פּוילן איז במשך פֿון איר געשיכטע געווען אַ לאַנד באַפֿעלקערט ניט בלויז פֿון פּאָליאַקן, ניט געווען ספּעציעל מערקווערדיק. אָבער פּונקט ווי אַמעריקע, געפֿינט זיך פּוילן די טעג, צום באַדויערן, ניט אין קיין נאָרמאַלן פּאָליטישן מצבֿ.

מיט יעדן טאָג פֿילט מען וואָס שטאַרקער אין ביידע לענדער אַ וואַקסנדיקע אויטאָריטערישקייט און אַ כּסדרדיקע פֿאַרנאַכלעסיקונג פֿון די דעמאָקראַטישע נאָרמעס. אין אַמעריקע פֿלירטעוועט דער עגאָמאַנישער פּרעזידענט מיט אַן אָפֿענעם פֿאַשיזם און ברענגט אַרײַן אין זײַן רעגירונגס־פּאָליטיק אַ ניוואָ פֿון מענטשלעכער אונטערדריקונג און אַכזריות וואָס מע האָט הונדערטער יאָרן ניט געזען פֿון קיין אַמעריקאַנער פּרעזידענט. אין פּוילן האָט מען לעצטנס אָפּגעזאָגט 27 ריכטער פֿונעם העכסטן געריכט, כּדי פּטור צו ווערן פֿונעם לעצטן קאָנטראָל און אויפֿזיכט אויף דער הערשאַפֿט פֿונעם פּרעזידענט אַנדריי דודאַ, וועמענס פּאַרטיי „געזעץ און יוסטיץ‟ באַהערשט אויך די מערהייט דעפּוטאַטן אינעם פּאַרלאַמענט.

אין דעם שטורמישן קאָנטעקסט קען מען בעסער פֿאַרשטיין דעם גוואַלדיקן אָפּרוף אויף מיישקע אַלפּערט, פֿרענק לאָנדאָן און דוד קראַקאַוערס רירנדיקן נוסח פֿונעם אַמעריקאַנער הימען פֿאַר בירגעררעכט, We Shall Overcome. זיי האָבן פֿאָרגעשטעלט דאָס ליד אויף ייִדיש, פּויליש, און ענגליש בײַם אַנומלטיקן קראָקעווער ייִדישן קולטור־פֿעסטיוואַל.

זייער נוסח פֿאַררופֿט זיך ניט בלויז אויפֿן אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער גאָספּעל־ליד, וואָס פּיט סיגער און גײַ קאַראַוואַן האָבן פֿאַרוואַנדלט אינעם הימען פֿון דער אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער בירגעררעכט־באַוועגונג, נאָר אויך אויף אַן אינצידענט וואָס איז פֿאָרגעקומען אין די ערשטע טעג פֿונעם חורבן. אין 1939 האָט אַ דײַטשישער אָפֿיציר אין לובלין געפֿאָדערט, אַז אַ גרופּע חסידישע מענער זאָלן פֿאַר אים זינגען אַ ליד. לכתּחילה האָבן זיי אָנגעהויבן זינגען דאָס פֿאָלקסליד „לאָמיר זיך איבערבעטן‟ אָבער איינער פֿון זיי האָט אין גיכן ספּאָנטאַן געביטן די ווערטער אויף „מיר וועלן זיי איבערלעבן, אָבֿינו שבשמים.‟ ווען נאָך הונדערטער ייִדן האָבן אויפֿגעכאַפּט דאָס ליד און אָנגעהויבן מיטצוזינגען, האָט דער אָפֿיציר זיי געהייסן שווײַגן. דאָס ליד האָט אָבער ווײַטער אָפּגעהילכט אַלץ העכער און העכער.

דעם ווייניק־באַקאַנטן אינצידענט איז לעצטנס אַרײַן אינעם צײַטגײַסט, ווען אַ גרופּע ניו־יאָרקער אַקטיוויסטן האָט געמאַכט אַ ריזיקן פּלאַקאַט מיט דער לאָזונג „מיר וועלן זיי איבערלעבן‟, אָנגעשריבן אויף ייִדיש, און אים געטראָגן אויף אַ ריי אַנטי־טראָמפּ דעמאָנסטראַציעס. די קלעזמער־קאַפּעליע „ציבעלע‟ האָט דערצו אָנגעהויבן זינגען דאָס ליד אויף זייערע קאָנצערטן און ס׳איז באַלד געוואָרן אַ טייל פֿונעם הײַנטיקן קלעזמער־רעפּערטואַר.

דאָס אַרײַנוועבן די ווערטער פֿונעם חורבן־ליד מיטן הימען פֿון דער בירגעררעכט־באַוועגונג דינט ווי אַ פּירוש אויף אונדזער ביטערן פּאָליטישן מאָמענט. ס׳איז קלאָר פֿונעם ווידעאָ, אַז קיינער אין עולם האָט נישט פֿאַרקוקט דעם באַטײַט פֿון דעם, וואָס אַמעריקאַנער ייִדישע מוזיקער שטעלן פֿאָר דאָס ליד מיט די דאָזיקע ייִדישע ווערטער — דווקא אין פּוילן. דער טעקסט, צוזאַמען מיטן ייִדישן מינאָר־געוויין פֿון קראַקאַוערס קלאַרנעט, דעם מאַרשירנדיקן ריטעם פֿון לאָנדאָנס טרומייט און דעם פֿולן קלעזמער־אָרקעסטער פֿונעם אָרטיקן „סייני־טעאַטער‟, זענען מסוגל צו שילדערן דורך קלאַנגען די שרעק, דעם אומעט און די האָפֿענונגען פֿון מיליאָנען פּאָליאַקן און אַמעריקאַנער.