נישט נאָר מאַמע־לשון דאַרף האָבן נײַע ווערטער

All Spoken Languages Need New Words

פֿון הערשל גלעזער

Published July 19, 2018.
Yehuda Blum

מיט אַ האַלב לעבן קאַריק איז בײַ אַ יוגנטרוף־קאָנפֿערענץ אויפֿגעטראָטן ד״ר מרדכי שעכטער ע״ה, האָט ער דערציילט וועגן אַ לשון וואָס איז אויף צרות, וואָס די צאָל רעדערס זײַנע ווערט אַלץ קלענער, וואָס סע מאַטערט זיך מיטן הײַנטצײַטיקן וואָקאַבולאַר און נאָך אַזוינס. צום סוף פֿרעגט ער דעם עולם וועגן וואָס ס׳רעדט זיך. ניין, ס׳איז נישט מאַמע־לשון; גראָד איצט רעדט זיך גאָר וועגן וועלשיש! נו, צרות רבים חצי נחמה — אַז אַנדערע לײַדן אויך, איז דאָס אַ שטיקל טרייסט. אָבער נישט נאָר דאָס איז ער געווען אויסן.

ער האָט אויך אַרויסגעברענגט דעם געדאַנק, אַז אויב ס׳איז דאָ אַ ציבור ליבהאָבערס פֿון דעם לשון וואָס איז גרייט אַרײַנצולייגן כּוח און מוח, קען מען עפּעס אויפֿטאָן. אַזוי איז טאַקע מיט וועלשיש, אַ שטייגער, ווי אויך איריש — ביידע ווערן דאָך שוין לאַנג פֿאַרשאָטנט און אָפּגעשוואַכט דורך ענגליש, נאָר פֿאַראַן גענוג קולטור־טוערס (צי זאָל מען זיי אפֿשר אָנרופֿן „שפּראַכטוערס“?) וואָס זעען, אַז אויף דעם לשון זאָל מען ווײַטער רעדן און שאַפֿן, אַפֿילו ווען דער „מע(ן)“ איז אַ קליינער.

אַקעגן וואָס קומט דאָס צו רייד? אַקעגן דעם, אַז אַ גרויסער חלק פֿון די טויזנטער לשונות וואָס מע רעדט אויף דער גאַנצער וועלט בײַם הײַנטיקן טאָג זענען אין אַ סכּנה אונטערצוגיין. די וואָס זייער לשון איז נישט קיין מלוכה־שפּראַך איז פּשוט צו גרינג אַריבערצוגיין אויפֿן הויפּט־לשון פֿון לאַנד, בפֿרט אַז מע וויל אַוועק פֿונעם טראַדיציאָנעלן שטייגער און ווערן אַ הײַנטוועלטיקער מיט לײַטן גלײַך. אָט דערפֿאַר האָט מאַקס ווײַנרײַך געציטערט נאָך פֿאַרן חורבן, אַז די ייִדישע יוגנט גייט אַוועק פֿון מאַמע־לשון — אין פּוילן האָט מען געדאַרפֿט קענען גוט פּויליש, ד״ה, מיט אַ קאָרעקטער גראַמאַטיק, אָן אַ ייִדישן אַקצענט, מע זאָל כאָטש האָבן אַ האָפֿענונג אויף אַ לײַטישער פּרנסה. ייִדיש האָט מען אַסאָציִיִרט, אין אַ געוויסער מאָס מיט רעכט, מיט אָרעמקייט. דאָס זעלביקע אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד: ווען סטאַלין ימ״ש האָט אַזוי ברייטהאַרציק געלאָזט עפֿענען ייִדיש־שפּראַכיקע שולן, האָבן ייִדישע טאַטע־מאַמע לאַוו־דווקא געוואָלט אַהין שיקן זייערע קינדער, ווײַל דאָס קענען רוסיש האָט דעם ייִד געגעבן ברייטערע האָריזאָנטן. דאָס איז די ביטערע דאָליע פֿון אַ פֿאָלק אָן אַ מלוכה.

אין דעם האָט דערמאָנט דעם שרײַבער פֿון די שורות אַן אַרטיקל אין דער פּרעסע וועגן דער שפּראַך קעטשואַ, וואָס איז אַ מאָל געווען ס׳לשון פֿון דער אינקאַ־אימפּעריע, נאָר לויטן אַרטיקל זשיפּעט קוים בײַם הײַנטיקן טאָג. פֿונדעסטוועגן האָט מען הײַיאָר, צום ערשטן מאָל, אָנגעהויבן צו טראַנסמיטירן פֿוסבאָלמאַטשן פֿונעם וועלט־טשעמפּיאָנאַט אויף דעם לשון.

איז דאָך גוט, טויג ערשט נישט: ס׳לשון האָט פֿאַר פֿוסבאָל אין גאַנצן נישט קיין וואָקאַבולאַר — אַפֿילו פֿאַרן באַלעם אַליין האָט מען איצט געמוזט צוטראַכטן אַ וואָרט, און אַז גאָט האָט געהאָלפֿן, זענען אין פֿאַרשיידענע ראַיאָנען אויפֿגעקומען דרײַ פֿאַרשיידענע נעאָלאָגיזמען. דאָס וואָס קעטשואַ איז אַ לשון בלויז פֿון דער היים, נישט פֿון דער שול אָדער פֿון דער מלוכה, האָט צו דעם, פֿאַרשטייט זיך, צוגעלייגט אַ האַנט, ס׳זאָל זײַן סײַ צו ווייניק, סײַ צו פֿיל טערמינען.

האָט זיך דער דיקטאָר פֿון די אוידיציעס נישט געפֿוילט, זיך געהאַלטן אַן עצה מיט אַנדערע קעטשואַ־רעדערס און געפֿונען פֿיל־ווינציקער די פּאַסיקע טערמינען, ער זאָל אַלץ וועגן וועלטפֿוסבאָל קענען איבערגעבן זײַנע צוהערערס. און כ׳האָב אַ חשד, אַז אויף זײַנע באַמיִונגען האָבן זיי זיך אָפּגערופֿן מיט דאַנק, נישט מיט חוזק. אויב מע וועט ווײַטער רעדן אויף קעטשואַ וועגן פֿוסבאָל, וועט מען אַוודאי אויסאַרבעטן אַן איינהייטלעכע טערמינאָלאָגיע.

אַגבֿ, אַ פֿאַל פֿון נישט אויסאַרבעטן קיין טערמינאָלאָגיע האָב איך געפֿונען גאָר אין פֿראַנצייזיש: אין אַ פֿראַנצייזישער ספּאָרט־ענציקלאָפּעדיע האָט מען אָנגעגעבן אַ גאַנצע, אויסגעטראַכטע בייסבאָל־טערמינאָלאָגיע, בשעת אין קאַנאַדע איז שוין געווען אין גאַנצן אַן אַנדער וואָקאַבולאַר וואָס מע האָט טאַקע באַניצט אַ דאַנק דעם, וואָס אין קאַנאַדע שפּילט מען דאָך יאָ אין בייסבאָל! די פֿראַנצויזן איז, אַ פּנים, נישט אײַנגעפֿאַלן צו האַלטן זיך אַן עצה מיט זייערע קאַנאַדער ברידער און שוועסטער…

אַזוי צי אַזוי דאַרפֿן אויך מיר פֿאַרשטיין, אַז דאָס האָבן עטלעכע ייִדישע ווערטער פֿאַר איין ענגלישן וואָרט איז נישט קיין סימן דלות, נאָר פֿאַרקערט. אינעם אַרומנעמיקן ענגליש־ייִדישן ווערטערבוך האָבן די רעדאַקטאָרן (גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט און דער שרײַבער פֿון די שורות) אַ סך מאָל אָנגעגעבן עטלעכע ייִדישע ברירות אין איין ענגלישער פּאָזיציע מיטן געדאַנק, אַז אָננעמען וועט זיך איינע פֿון זיי. פּונקט אַזוי ווי יענער פּערואַנער האַלטן מיר מיט מאַקס ווײַנרײַך: אַפֿילו פֿאַר אַ פֿאָלק זאַלבע צענט איז כּדאַי צו האָבן אַ לעבעדיק ייִדיש, און יעדעס לעבעדיק לשון נייטיקט זיך אין נײַע ווערטער.