21סטע קאָנפֿערענץ פֿון ייִדיש־שטודיעס אין דײַטשלאַנד

21st Annual Yiddish Studies Symposium in Germany

ד׳׳ר מאַריאַן אַטראָפּ און ד׳׳ר שמעון נײַבערג
ד׳׳ר מאַריאַן אַטראָפּ און ד׳׳ר שמעון נײַבערג

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published July 19, 2018.

דעם האַרבסט וועט מען דײַטשלאַנד צום 21סטן מאָל דורכפֿירן דעם יערלעכן סימפּאָזיום פֿאַר ייִדיש־שטודיעס. די קאָנפֿערענץ, אײַנגעאָרדנט דורך דער ייִדיש־פּראָגראַם בײַם „אוניווערסיטעט אויפֿן נאָמען פֿון הײַריך הײַנע‟ אין דיסעלדאָרף (מיט ד׳׳ר מאַריאָן אַפּטראָט ב׳ראָש) און דער ייִדיש־פּראָגראַם בײַם „טריִער אוניווערסיטעט‟ (מיט ד׳׳ר שמעון נײַבערג בראָש), וועט פֿאָרקומען אין דיסעלדאָרף פֿון מאָנטיק, דעם 3טן סעפּטעמבער ביז מיטוואָך, דעם 5טן סעפּטעמבער.

לעצטנס האָט מען פֿאַרעפֿנטלעכט די נעמען פֿון די רעפֿערענטן און די טעמעס, וואָס זיי וועלן אַרומרעדן. אַזוי ווי עס פֿירט זיך אויפֿן יערלעכן סימפּאָזיום פֿון ייִדיש־שטודיעס זענען די קאָנפֿערענץ־שפּראַכן ייִדיש און דײַטש. אויף מאַמע־לשון וועט מען האַלטן די פֿאָלגנדיקע רעפֿעראַטן:

ד׳׳ר יאַן שוואַרץ (לונדער אוניווערסיטעט) וועט אַרומרעדן די פּראָזע־ווערק פֿון אַבֿרהם סוצקעווער וועגן דעם חורבן.

ד׳׳ר דיאַנע שאַפּיראָ (העברעיִשער אוניווערסיטעט) וועט רעפֿערירן וועגן דער די „שפּראַך־עטנאָגראַפֿיע פֿון אַ פֿאַרשוווּנדענער וועלט‟ אין די ווערק פֿון חיים גראַדע.

ד׳׳ר אַנאַ ראָזענפֿעלד (וואַרשעווער אוניווערסיטעט) וועט אַרומרעדן אַן אינטערנאַציאָנאַלן פּראָיעקט איבערצוזעצן די לידער פֿון ציליע דראָפּקין.

לייזער בורקאָ (ייִדישער טעאָלאָגישער סעמינאַר) וועט באַשרײַבן זײַנע פּרוּוון צו שאַפֿן אַ ייִדיש ווערטערבוך פֿון דיאַלעקטן.

ד׳׳ר שמעון נײַבערג (טריִער אוניווערסיטעט) וועט דיסקוטירן דעם „שבֿת־מוסר‟ (אַ ספֿר פֿון הרבֿ אליהו הכּהן).

ד׳׳ר חײקע ברוריה װיגאַנד (אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט) וועט אַרומרעדן באַשעוויס׳ וועגעטאַריניזם און דעם אופֿן ווי אַזוי ער באַציט זיך צו די בעלי־חיים אין זײַנע ווערק.

ד׳׳ר רבֿקה שיין כחלון (לעווינסקי־קאַלעדזש, תּל־אָבֿיבֿ) וועט רעפֿערירן וועגן די ווערק פֿון אַבֿרהם רייזען.

ד׳׳ר אורן רומן (אוניווערסיטעט אויפֿן נאָמען פֿון הײַנריך הײַנע) וועט געבן אַ לעקציע וועגן די קריסטלעכע טעמעס אין ייִדישע עפּאָסן פֿון מיטלעלטער.

און אחרון אחרון הבֿיבֿ וועט ד׳׳ר מאַריאָן אַפּטראָט (אוניווערסיטעט אויפֿן נאָמען פֿון הײַנריך הײַנע) אַרומרעדן אַ היסטאָריש ליד וועגן אַן אויפֿשטאַנד וואָס איז פֿאָרגעקומען אין אַמסטערדאַם.

נאָך אינפֿאָרמאַציע באַזוכט: //www.jiddisch.hhu.de/gastvortraege-tagungen-veranstaltungen/symposium-fuer-jiddische-studien-in-deutschland.