„מיר קומען אָן‟ געזונגען דורך וואַרשעווער ייִדיש־סטודענטן

"Mir Kumen On" Sung by Warsaw Yiddish Students

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published July 20, 2018.

עס האָט זיך לעצטנס געשלאָסן דער לערן־זמן פֿון דער וואַרשעווער זומער־פּראָגראַם אין ייִדישער שפּראַך און קולטור. אין דער פּראָגראַם, וואָס ציט צו תּלמידים פֿון גאַנץ פּוילן, אַמעריקע און ישראל, האָבן הײַיאָר געלערנט ד׳׳ר נאַטאַליע קריניצקע (מעדעם־צענטער/סאָרבאָן), ד׳׳ר אַגאַטאַ קאָנדראַט (וואַרשעווער אוניווערסיטעט), ד׳׳ר אַלכּסנדרה געלער („הקתדרה העממית‟ אין רחותות) און ד׳׳ר הערשל גלעזער.

אויף דער סיום־צערעמאָניע פֿון דער פּראָגראַם האָבן די סטודענטן געזונגען דאָס ליד „מיר קומען אָן‟ ווי אַ כאָר מיט שיינע האַרמאָניעס. דאָס ליד איז געווען דער אומאָפֿיציעלער הימען פֿון דער „מעדעם־סאַנאַטאָריע‟ אין פּוילן צווישן די צוויי וועלט־מלחמות און דער טיטל פֿונעם דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן אָט דער אינסטיטוציע. די מוזיקאַלישע אַראַנזשירונג פֿונעם ליד איז דווקא די זעלביקע, וואָס מע הערט אינעם פֿילם, וואָס מע קען זען אונטן:

.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.