די נײַסטע פּרטים וועגן די ריזיקע סובווענצן פֿאַר ייִדיש־פֿאָרשער און קינסטלער

UPDATE: Academics and Artists Can Now Apply for Generous Scholarships

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published July 23, 2018.
Wiki Commons

אין מײַ האָט מען אינעם פֿאָרווערטס באַשריבן אַ געוואַלדיקע געלעגנהייט פֿאַר די פֿאָרשער און קינסטלער, וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט ייִדיש.

צו יענער צײַט האָט דער „פֿרענקל־צענטער פֿאַר יודאַיִסטיק‟ בײַם מישיגענער אוניווערסיטעט געלאָזט וויסן, אַז זײַן יערלעכע סובווענצן־פּראָגראַם, וואָס שענקט 15 פֿאָרשער און קינסטלער וואָס זענען גרייט צו אַרבעטן במשך פֿון איין זמן אויפֿן קאַמפּוס אין ען־אַרבאָר 45,000$ ביז 66,000$, וועט אָננעמען אַפּליקאַציעס פֿון די, וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט ייִדיש.

לעצטנס האָט מען פֿאַרעפֿנטלעכט די אַפּליקאַציע פֿאַרן האַרבסט־ווינטער 2019־2020־זמן גופֿא. מע בעט, אַז די אַפּליקאַנטן (פּראָפֿעסאָרן, גראַדויִר־סטודענטן, קינסטלער, שרײַבער און פֿילם־רעזשיסאָרן) זאָלן אַרײַנשיקן אַ קורצע באַשרײַבונג פֿונעם פּראָיעקט, וואָס מע וויל דורכפֿירן; אַ קוריקולום־וויטע און מוסטערס פֿון זייערע ווערק, און דרײַ רעקאָמענדיר־בריוו.

אַפּליקאַציעס קען מען אָנגעבן ביזן 8טן אָקטאָבער. נאָך אינפֿאָרמאַציע, באַזוכט: https://lsa.umich.edu/judaic/institute/applications.html.