פֿון די אַרכיוון: דער רמב׳׳ם הייסט עסן „פּאָסט ברען־פֿלייקס‟

From the Archives: Maimonides Recommends Eating Post Bran Flakes

פֿון יונה לובי

Published July 27, 2018.

[איינער פֿון אַ סעריע טשיקאַווע רעקלאַמעס פֿון די פֿאָרווערטס־אַרכיוון, צוזאַמען מיט זייער היסטאָרישן קאָנטעקסט.]

אין דער אַמאָליקער ייִדישער פּרעסע געפֿינט מען אָן אַ שיעור רעקלאַמעס פֿאַר פּראָדוקטן וואָס קענען כּלומרשט היילן אַ האַרטן מאָגן.

ווען מע וואָלט דורכגעבלעטערט אַ צעפֿעליקן נומער פֿאָרווערטס פֿון דער ערשטער העלפֿט 20סטן יאָרהונדערט, וואָלט מען זיך מסתּמא אָנגעשטויסן אויף כאָטש איין רעקלאַמע אַזעלכע. אַנאָנסן פֿאַר „עקס־לאַקס‟ זענען געווען ספּעציעל פּאָפּולער אָבער מע האָט אויך רעקלאַמירט פֿאַרשידענע אַנדערע מינים עסנוואַרג, רפֿואות און טינקטורן, וואָס האָבן געדאַרפֿט באַזײַטיקטן די פֿאַרשטאָפּונג.

בלויז עטלעכע פֿירמעס האָבן אָבער געהאַט גענוג העזה אויסצונוצן דעם רמב׳׳ם ווי אַ וואָרטזאָגער פֿאַר זייער פּראָדוקט. אינעם אַנאָנס זעט מען דעם רמב׳׳ם אויבן־אָן. ער דערקלערט אַז „אַ האַרטער מאָגן איז דער שורש פֿון אַלע געזונט־פּראָבלעמען‟. כאָטש דער ציטאַט איז אַוודאי איבערגעטריבן, איז דער רמב׳׳ם טאַקע געווען אַ דאָקטער, וואָס האָט יאָ דערמאָנט די צרה פֿון אַ האַרטן מאָגן אין זײַנע מעדיצינישע שריפֿטן. ער האָט, אָבער, מסתּמא, ניט רעקאָמענדירט „פּאָסטס 40% ברען פֿלייקס‟, נאָר גיכער געעצהט, אַז אַ יונגערמאַן זאָל עסן „גוט געקאָכטע האַלימי־קעז באַווירצט מיט בוימל, אײַנגעזויערטן פֿישאייל און זאַלץ און ניט עסן קיין ברויט‟; אָדער „טרינקען געקאָכט וואַסער פֿון שפּינאַט אָדער קרויט, באַווירצט מיט בוימל, אײַנגעזויערטן פֿישאייל און זאַלץ‟ (משנה תּורה, ספֿר המדע, „דעות‟ קאַפּיטל 4).

הייסט עס, אַז דער רמב׳׳מס עצה האָט געהאַט אַ מער מיטל־מיזרחדיקן טעם, כאָטש עס שטאַמט פֿון דער זעלביקער מין ייִדישער חכמה.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.