די רוסישע מלחמה קעגן ייִדן אין 1914–1917

The Russian Army's War Against the Jews in 1914-1917

סעמיון גאָלדין (אין מיטן)
YOUTUBE
סעמיון גאָלדין (אין מיטן)

פֿון מיכאל קרוטיקאָװ

Published July 29, 2018.

אַ דאַנק ש. אַנ–סקיס מעמואַר „חורבן גאַליציע‟, איז גוט באַקאַנט די ברוטאַלע באַציִונג פֿון דער רוסישער אַרמײ צו דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין דער אָקופּירטער עסטרײַכישער גאַליציע בעת דער ערשטער װעלט–מלחמה.

אָבער װי װײַט איז די דאָזיקע באַציִונג געװען טיפּיש פֿאַר רוסלאַנד, און װי אַזױ האָט די רוסישער אַרמײ באַהאַנדלט די אײגענע ייִדן, דאָס הײסט די רוסישע בירגער, װאָס האָבן געהאַט אַ שליממזל צו װױנען נאָענט צו דער פֿראָנט–זאָנע? און בכּלל, װי חשובֿ איז דער „ייִדישער ענין‟ געװען פֿאַר די רוסישע גענעראַלן, אָפֿיצירן און סאָלדאַטן בעת דער ערשטער װעלט–מלחמה?

װי עס באַװײַזט אין זײַן גרונדיקער פֿאָרשונג ד”ר סעמיון גאָלדין פֿונעם העברעיִשן אוניװערסיטעט, האָט די רוסישע אַרמײ טאַקע באַטראַכט ייִדן, סײַ די אײגענע סײַ די פֿרעמדע, װי אַ היפּשע מניעה אױפֿן װעג צו נצחון. אײניקע גענעראַלן האָבן געהאַלטן אַלע ייִדן פֿאַר אַ שׂונא, װאָס מען דאַרף שיעור ניט פֿאַרניכטן. עס איז אָבער קײן מאָל ניט דערגאַנגען דערצו, באַמערקט גאָלדין. פֿון דעסט וועגן זענען בלוטיקע פּאָגראָמען, גירושים, הויכע שטײַערן און פּשוט ראַבעװען פֿון ייִדישן האָב־און־גוטס ניט געװען קײן זעלטענע זאַך. דערבײַ האָט מען אָפֿט ניט געמאַכט קײן אונטערשיד צװישן די רוסישע און עסטרײַכישע בירגער. אַזאַ פּאָליטיק קעגן אײגענע בירגער איז געװען אַ יוצא־דופֿן אין יענע צײַטן, שרײַבט גאָלדין.

גאָלדינס צװעק איז ניט סתּם צו באַשרײַבן די אַנטיסעמיטישע אױפֿפֿירונג פֿון דער רוסישער אַרמײ. ער האָט בדעה אָפּצושאַצן, װאָס פֿאַר אַן עפֿעקט האָט דער אַנטיסעמיטיזם פֿון דער רוסישער אַרמײ געהאַט אױף דער אַלגעמײנער פּאָזיציע פֿון רוסלאַנד אין דער מלחמה. ער קומט צום אױספֿיר, אַז די דאָזיקע פּאָליטיק איז געװען שלעכט ניט נאָר פֿאַר די ייִדן, נאָר אױך פֿאַר רוסלאַנד. פּאָגראָמען האָבן צעשטערט די מיליטערישע דיסציפּלין, און טױזנטער פֿאַרטריבענע ייִדן האָבן פֿאַרשטאָפּט די שליאַכן, שטערנדיק די חיילות צו דערגרײכן זײערע פּאָזיציעס אױפֿן פֿראָנט. ייִדן האָבן געשפּילט אַ װיכטיקע װירטשאַפֿטלעכע ראָלע אין מערבֿדיקע גובערניעס פֿון רוסלאַנד, און אָן זײ איז געװען שװער און טײַער צו באַזאָרגן די אַרמײ מיט נײטיקער סחורה. די רדיפֿות האָבן נעגאַטיװ באַװירקט דעם ייִנגערן דור ייִדן און האָבן זײ געשטופּט צו דער רעװאָלוציע. חוץ דעם, האָבן זיך די ייִדישע באַנקירן אין פֿראַנקרײַך, ענגלאַנד און אַמעריקע, אַזעלכע װי די ראָטשילדס און יעקבֿ שיף, אָפּגעזאָגט צו געבן קרעדיט דער רוסישער רעגירונג.

אױפֿן סמך פֿון מיליטערישע דאָקומענטן, פּריװאַטע בריװ און זכרונות, גבֿיות־עדותן און אַרטיקלען אין דער פּרעסע פֿון יענער צײַט רעקאָנסטרויִרט גאָלדין דעם אַנטיסעמיטישן געדאַנקען־גאַנג, װאָס האָט געהערשט אין די רוסישע הױכע פֿענצטער ערבֿ און בעת דער מלחמה. עס איז גוט באַװוּסט, אַז דער צאַר ניקאָלײַ דער צװײטער איז געװען אַ פֿאַרביסענער שׂונא–ישׂראל און ניט דערלאָזט קײן שום ליבעראַליזאַציע פֿון די אַנטי–ייִדישע געזעצן. ענלעך צו דעם צאַר זײַנען געװען געשטימט די העכערע רוסישע גענעראַלן, װאָס האָבן קאָמאַנדעװעט מיט דער אַרמײ. אָבער זײער אַנטיסעמיטיזם האָט געהאַט געװיסע שאַטירונגען. אײניקע האָבן געהאַלטן, אַז מען דאַרף באַהאַנדלען אַלע ייִדן װי אַ שׂונא, בעת אַנדערע זײַנען געװען מער פּראַגמאַטיש און געטענהט, אַז מען קאָן ניט גלײַכצײַטיק פֿירן די מלחמה קעגן די דײַטשן און די ייִדן.

עס איז װיכטיק צו האַלטן אין זינען, זאָגט גאָלדין, אַז דער אַנטיסעמיטיזם אין די רוסישע חױכע פֿענצטער איז ניט געװען פֿונעם אַלטן רעליגיעזן מין, נאָר ראַסיסטיש בטבֿע. אינעם נײַנצנטן יאָרהונדערט האָט אַ ייִד, װאָס האָט זיך געשמדט און געװאָרן אַ פּראַװאָסלאַװנער קריסט, געװאָרן אױס ייִד און באַקומען פּריװילעגיס מיט אַלע קריסטן גלײַך. אַזױ למשל איז אײנער אַ ייִדישער רעקרוט געװאָרן אַ חשובֿער רוסישער גענעראַל. אַזאַ מין קאַריערע איז שוין מער ניט געווען מעגלעך ערבֿ דער ערשטער װעלט–מלחמה. אַפֿילו געשמדטע ייִדן האָבן מער ניט געמעגט זײַן אָפֿיצירן. די אָפֿיצירישע סבֿיבֿה איז געװען געשטימט שטאַרק אַנטיסעמיטיש און אַ סך אָפֿיצירן זײַנען בײַגעשטאַנען װען זײערע זעלנער האָבן געמאַכט פּאָגראָמען אױף ייִדן. באַזונדערס ברוטאַל זײַנען געװען די קאָזאַקישע אָפּטײלן.

בעת דער ערשטער װעלט–מלחמה האָבן אין דער רוסישער אַרמײ געדינט בערך זעקס הונדערט טױזנט ייִדן, און אַרום אײן הונדערט טױזנט פֿון זײ זײַנען אומגעקומען אױפֿן פֿראָנט. אַ היפּשע צאָל ייִדן זײַנען באַלױנט געװאָרן מיט מעדאַלן פֿאַר זײער העלדישקײט. די ייִדישע פּרעסע אין רוסלאַנד איז געװען געשטימט שטאַרק פּאַטריאָטיש און האָט ספּעציעל באַטאָנט די מסירת–נפֿשדיקײט פֿון ייִדישע זעלנער, אָבער די רעגירונג האָט צומאָל ניט געלאָזט דרוקן אַזוינע באַריכטן. חוץ דעם האָט די מיליטערישע צענזור פֿאַרװערט צו נוצן ייִדיש און העברעיִש אין דער פּריװאַטער קאָרעספּאָנדענץ אין אין דרוק. די ייִדישע פּאָליטיקער און כּלל־טוער האָבן געפּרוּװט משתּדל זײַן בײַ די הױכע פֿענצטער פֿאַר דער ייִדישער קריװדע, אָבער דאָס איז געװען אַן אומזיסטע טירחה. אַפֿילו די ליבעראַלע פּאַרטײען האָבן מורא געהאַט זיך אַרײַנצומישן אין אָט דעם סענסיטיװן ענין, װײַל זײ זײַנען געװען גוט געװױר פֿון די הערשנדיקע שטימונגען אין דער רוסישער אַרמײ.

די ערשטע װעלט–מלחמה איז געװען אַ שװערע צײַט פֿאַר רוסלאַנד. מיליטעריש איז דאָס לאַנד ניט געװען בכּוח זיך אַנטקעגנצושטעלן דײַטשלאַנד, און צום סוף פֿון 1915 זײַנען ליטע, לעטלאַנד, און אַ גרױסער טײל פֿון װײַסרוסלאַנד אָקופּירט געװאָרן דורך די דײַטשן. זײער פּאָליטיק לגבי ייִדן איז געװען מער פּראַגמאַטיש, כאָטש אײניקע דײַטשישע גענעראַלן זײַנען געװען פּונקט אַזױ אַנטיסעמיטיש געשטימט װי די רוסישע. אָבער די דײַטשן האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז זײ נײטיקן זיך אין דער שטיצע פֿון די ייִדן, און האָבן זיך באַטראַכט פֿאַר באַפֿרײַער פֿון רוסישע ייִדן פֿונעם צאַרס עבֿדות. ניט אַלץ איז אַװדאי געגאַנגען גוט פֿאַר ייִדן אונטער דער דײַטשישער שליטה, אָבער דװקא דעמאָלט איז ייִדיש אָנערקענט געװאָרן װי אַ לעגאַלע שפּראַך דורך דער פּאָליטישער מאַכט.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.