שטעלט אַ שנה־טובֿה באַגריסונג אינעם פֿאָרווערטס

Place Your Rosh Hashanah Greeting in the Forverts


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published July 31, 2018.

ווייניק מענטשן ווייסן הײַנט אַז אין פּוילן צווישן די צוויי וועלט־מלחמות האָבן ייִדן, לכּבֿוד ראָש־השנה געשטעלט באַגריסונגען אין די ייִדישע צײַטונגען, זשורנאַלן און קאַטאַלאָגן אאַ׳׳וו. שׂרה־רחל שעכטער, די רעדאַקטאָרין פֿונעם פֿאָרווערטס, האָט לעצטנס געלאָזט וויסן אַז מע קען שוין שטעלן באַגריסונגען אינעם פֿאָרווערטס לכּבֿוד דעם נײַעם יאָר, וואָס מע וועט אָפּדרוקן אינעם סעפּטעמבער אלול־תּשרי־נומער.

כּדי צו שטעלן אַ מעלדונג, קלינגט אָן פֿערן (צפּורה) וואַלאַך 9437 453 (212) אָדער שרײַבט איר אַ בליצבריוו אויפֿן אַדרעס wallach@forward.com. מע קען אַרײַנשיקן די באַגריסונגען אויף ייִדיש אָדער ענגליש.

דער טערמין אַרײַנצושיקן אַן אַנאָנס איז פֿרײַטיק, דעם 17טן אויגוסט.

דורכן קויפֿן אַ באַגריסונג וועט איר העלפֿן פֿאַרזיכערן אַז דער פֿאָרווערטס זאָל נאָך אויף לאַנגע יאָרן אײַך ברענגען אַרטיקלען און ווידעאָס אויף ייִדיש, פֿאַרבונדן מיט אונדזער פֿילפֿאַרביקער ייִדישער קולטור.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.