וואָס פּרשת עקבֿ לערנט אונדז וועגן פּראָסטע לײַט

What Parshas Ekev Teaches Us About Simple Folks

Yehuda Blum

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published August 01, 2018.

די הײַנטיקע סדרה, פּרשת עקבֿ, טראָגט ווידער אַן אומגעוויינטלעכן נאָמען. דער אייבערשטער זאָגט צו: „והיה עקבֿ תּשמעון‟ – אויב איר וועט מקיים זײַן די מיצוות, וועט ער אָפּהיטן דעם בונד, וואָס ער האָט געשלאָסן מיט אײַערע אָבֿות. דאָס אומגעוויינטלעכע וואָרט „עקבֿ‟ איז דער טײַטש „אויב‟, אָבער בוכשטעבלעך מיינט עס אַ „פּיאַטע‟.

בײַם אָנהייב פֿון דער פּרשה לאָזט משה רבינו זײַן פֿאָלק װיסן, אַז אויב ייִדן וועלן זיך צוהערן צו די מיצוות, וועט דער באַשעפֿער זיי געבן קינדער, פּרנסה, געזונט און הצלחה. דאָס קלינגט אַ ביסל מאָדנע. דער טראָפּ אויף די מאַטעריעלע זאַכן איז דאָך אַ שלעכטער צוגאַנג צו עבֿודת־השם. מע מוז שטרעבן מקיים צו זײַן די געטלעכע מיצוות לשם־שמים, אָן קיין זײַטיקע גשמיותדיקע כּוונות.

דעם הײַנטיקן שבת וועט איר כּמעט זיכער נישט הערן אַ רבֿ דרשענען, אַז די עיקר־סיבה פֿונעם היטן שבת, כּשרות און אַנדערע מיצוות איז געזונט, קינדער און פּרנסה. ייִדן דאַרפֿן היטן די מיצוות, ווײַל אַזוי האָט זיי דער אייבערשטער געהייסן, אָבער די אַמאָליקע תּלמידי־חכמים האָבן אָפֿט געלעבט בדוחק. אַ סך באַקאַנטע חסידישע צדיקים — למשל, דער לעצטער ליובאַוויטשער רבי און דער סאַטמאַרער, רבי יואל טייטלבוים — זענען געבליבן אָן קיין קינדער, נישט געקוקט אויף זייער גאָר הויכער מדרגה אין עבֿודת־השם. פֿון דער צווייטער זײַט, זעען מיר דאָך אַ סך וועלטלעכע ייִדן, וואָס זענען מצליח גאַנץ פֿײַן אין גשמיותדיקע ענינים. דער באַשעפֿער גיט צו אַ סך גשמיותדיקע ברכות אין אונדזער פּרשה, אָבער קיין קלאָרער גאַראַנטיע גיט ער נישט.

דער בעל־שם־טובֿ האָט העכער געשאַצט די פּראָסטע ייִדן, ווי די לומדים. דאָס הייסט, אַז אַ ייִד קאָן זיכער זײַן אַ גרויסער תּלמיד־חכם, אָבער ס׳איז בעסער צו בלײַבן פּשוט אין די באַציִונגען מיטן רבונו־של־עולם און די אַנדערע מענטשן.

וואָס מיינט „פּראָסט‟? לויט אַן אַנדער באַקאַנטן אָפּטײַטש, איז דער נאָמען פֿון דער הײַנטיקער פּרשה פֿאַרבונדן מיטן הײַנטיקן דור, וואָס ווערט גערופֿן „עקבֿתא־דמשיחא‟ — „משיחס פּיאַטע‟. יאָ, מיר לעבן אין גלות, זענען מיר פֿאַרזונקען אין גשמיות, בלײַבן מיר פּראָסט און נידעריק, אָבער פֿאָרט מסוגל צו ברענגען די גאולה. ווי ס׳איז באַקאַנט, באַטאָנען די חז״ל, אַז משיח וועט קומען, ווען די געזעלשאַפֿט וועט האָבן אַ הינטיש פּנים, „פּני הדור כּפּני הכּלבֿ‟. עס מיינט אָבער נישט, חלילה, אַז מיר דאַרפֿן זיך פֿירן גראָב און הפֿקרדיק ווי אַ הונט. אַדרבה, צווישן „פּראָסטע‟ חיות זענען דאָך פֿאַראַן אַ סך אַנדערע מינים.

אַז מע רעדט שוין פֿון די הינט, איז כּדאַי צו באַמערקן אַן אינטערעסאַנטן טשיקאַוון קולטורעלן מאָמענט. אין די מיזרח־אייראָפּעיִשע שטעטלעך פֿלעגן ייִדן האַלטן קעץ, כּדי צו פֿאַרטרײַבן די מײַז פֿון שטוב. על־פּי הלכה, מעג מען אַרײַנלאָזן אַ קאַץ אין שיל אַרײַן, אָבער נישט קיין הונט. אַדרבה, אין די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישע שטעטלעך פֿלעגט מען דווקא איבערלאָזן קעץ אין שילן בײַנאַכט, כּדי די מײַז און שטשורעס זאָלן נישט קאַליע מאַכן די ספֿרים. אין אַ סך שילן פֿלעגט מען צוליב דער דאָזיקער סיבה דווקא האַלטן ספּעציעלע קעץ.

ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז ענלעכע געדאַנקען זענען פֿאַרשפּרייט צווישן די מיזרח־אייראָפּעיִשע קריסטן און באַלקאַנישע מוסולמענער. אַ קאַץ מעג זיך דרייען אין אַ קלויסטער צי אַ מעטשעט, אָבער אַ הונט – חלילה־וחס! באַקומט זיך, אַז אין רומעניע און אַנדערע ראַיאָנען פֿון מיזרח־ּאייראָפּע האָט געהערשט אַ מין „אינטערנאַציאָנאַל‟ לגבי די שטוב־חיות. אַ קאַץ איז זיכער טרייף, אָבער מיטצודאַוונען מיט די מענטשן מעג זי יאָ, להיפּוך צו אַ הונט.

אַ טייל ייִדן פֿילן זיך אַזוי פֿאַרזינדיקט און פֿאַרשמוציקט, אַז זיי שעמען זיך בכלל צו קומען דאַוונען אין שיל מיט זייער „הינטיש פּנים‟. אין דער אמתן, שטעקט אין פּראָסטקייט, ווי געזאָגט, אַ גרויסע מעלה. אַ סך חסידישע פֿרויען זאָגן הײַנט נאָך אַלץ די אַלטע תּחינות אויף ייִדיש, בעטנדיק דעם באַשעפֿער צו געבן זיי קינדער, געזונט און פּרנסה. נײַע אויסגאַבעס פֿון די תּחינות מיט שיינע לעדערנע הילעס בלײַבן אַ סטאַנדאַרטע מתּנה פֿאַר די כּלות. דאָס מיינט אָבער נישט, אַז די מיצוות ווערן בײַ די פֿרויען אַסאָציִיִרט אין די פֿאָלק־תּפֿילות מיט גשמיות. פֿאַרקערט, מע בעט דעם רבונו־של־עולם צו אַנטפּלעקן רוחניות אויף דער ערד. קינדער, געזונט און פּרנסה זענען בלויז די כּלים, וואָס העלפֿן צו דינען דעם באַשעפֿער אין דער גשמיותדיקער וועלט. די אַלטע ייִדישע תּחינות זענען דורכגעזאַפּט מיט דער ריינסטער יראת־שמים, מיטן באַגער צו באַקומען אַ ברכה אין גשמיות בלויז צוליב רוחניות.

מיר זענען טאַקע דער דור פֿון „משיחס פּיאַטעס‟ — פּראָסטע, גשמיותדיקע לײַט. אַנשטאָט דעם „הינטישן פּנים‟ קאָנען מיר אָבער אויסקלײַבן דעם שטילן „קעצישן‟ דרך אין אונדזער לעבן. כּשר זענען אפֿשר נישט, און בהמיש זענען מיר יאָ, אָבער פֿאָרט קאָנען מיר דורכמאַכן דאָס לעבן אויף אונדזערע פּיאַטעס רויִק און ריין.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.