ייִדישע איבערזעצער ווערן געזוכט פֿאַר די ניו־יאָרקער וואַלן

Yiddish Translators Sought for New York Elections

Getty Images

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published August 01, 2018.

די שטאָט ניו־יאָרק שטרעבט צו פֿאַרזיכערן, אַז אַלע אײַנוווינער וואָס האָבן דאָס רעכט צו שטימען, זאָלן קענען האָבן אַ דעה אינעם פּאָליטישן פּראָצעס, ניט געקוקט אויף דעם, צי זיי באַהערשן גוט ענגליש, צי ניט.

לעבן די שטים־ערטער זעט מען שטענדיק שילדן אויף כינעזיש און שפּאַניש וואָס גיבן אָן די אינסטרוקציעס ווי צוצוקומען צו די שטימבודקעס. זייער אָפֿט הענגען שילדן אויף אַ ריי אַנדערע שפּראַכן, אַרײַנגערעכנט ייִדיש, אין די געגנטן, וווּ זיי ווערן גערעדט. דערצו האָט מען, מיט צוויי יאָר צוריק, לאַנצירט רעגיסטראַציע־בויגנס אויף מאַמע־לשון, כּדי די ייִדיש־רעדנדיקע זאָלן זיך גרינגער קענען פֿאַרשרײַבן צו שטימען (די בויגנס זענען, צו באַדויערן, שלעכט איבערגעזעצט און פֿול מיט עם־הארצישע טעותן אָבער מילא).

אַחוץ פֿאַרשידענע בויגנס און בראָשורן, וואָס דערקלערן וועגן דעם שטימפּראָצעס, שטעלט די שטאָט ניו־יאָרק אויך צו איבערזעצער, וואָס שטייען בײַ די שטים־בודקעס, כּדי צו ענטפֿערן אויף פֿראַגעס פֿון די וויילער. לעצטנס האָט די פֿירמע Langalo געלאָזט וויסן, אַז מע זוכט ייִדיש־איבערזעצער וואָס זאָלן אַרבעטן במשך פֿון 17 שעה בשעתן וואַלטאָג, דעם 6טן נאָוועמבער, כּדי צו העלפֿן די ייִדיש־רעדנדיקע וויילער, וואָס באַהערשן ניט קיין ענגליש. אַחוצן וואַלטאָג גופֿא וועט די פֿירמע באַצאָלן די איבערזעצער בײַצוזײַן אויף אַ טרענירונג־סעסיע, וואָס וועט דויערן פֿיר שעה. פֿאַר די 21 שעה אַרבעט וועט Langalo באַצאָלן $336.

נאָך אינפֿאָרמאַציע, באַזוכט: //www.langalo.com/helpnycvote/.