ווען ייִדישע אינטעליגענטן האָבן געמישפּט אַנ־סקיס „דיבוק‟

When Jewish Intellectuals Put "The Dybbuk" On Trial

אַ סצענע פֿונעם פֿילם „דער דיבוק‟.
אַ סצענע פֿונעם פֿילם „דער דיבוק‟.

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published August 02, 2018.

מיט עטלעכע יאָר צוריק האָב איך אַרומגעזוכט אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם טרויעריק באַרימטן משפּט וואָס ייִדישע ליטעראַטן אין ארץ־ישׂראל האָבן דורכגעפֿירט אַרום ש. אַנ־סקיס „דער דיבוק‟. סוף־כּל־סוף האָב איך געפֿונען די גאַנצע געשיכטע אינעם בוך „דער דיבוק: טעקסט, סובטעקסט, קאָנטעקסט‟, אָנגעשריבן פֿון פֿערנאַנדאָ פּעניאַלאָסאַ.

וועט איר מיך פֿרעגן היתכן? ווי קומט עס אַז אַ מחבר וואָס הייסט פֿערנאַנדאָ פּעניאָלאָסאַ לאָזט אַרויס אַ ביכל אויף אָט דער אינטערעסאַנטער טעמע? איז ווי נאָר איך האָב געהערט פֿונעם מחבר, אַזוי האָב איך זיך פֿאַרשטענדיקט מיט אים דורך בליצפּאָסט און אויסגעפֿונען ווער ער איז און וואָס ער איז. ווי עס ווײַזט זיך אויס, איז זײַן געשיכטע פּונקט אַזוי אינטערעסאַנט ווי „דער דיבוק‟.

געבוירן געוואָרן איז ער אין בערקלי, קאַליפֿאָרניע אין יאָר 1925 און ער איז אַ פּענסיאָנירטער פּראָפֿעסאָר פֿונעם קאַליפֿאָרניער אוניווערסיטעט. אין 1965 האָט ער זיך מגייר געווען און ווי אַן אויטאָדידאַקט אין ייִדישע ענינים, האָט ער זיך אויסגעלערנט העברעיִש און ייִדיש. ער האָט פֿאַרעפֿנטלעכט זײַנע ווערק אין איבערזעצונגען פֿון ייִדיש, העברעיִש, דײַטש, אַקאַטעק־מאַיאַן און שפּאַניש.

בײַ אונדזער ערשטער קאָרעספּאָנדענץ דורך בליצפּאָסט, האָב איך געפֿרעגט פֿון וואַנען ער שטאַמט און ווי קומט צו אים דער נאָמען פֿערנאַנדאָ פּעניאַלאָסאַ. דערצײלט ער מיר אַז דער נאָמען פֿיגורירט אָפֿט אין די אַרכיוון פֿון דער שפּאַנישער אינקוויזיציע, און אַז ער אַלײן שטאַמט פֿון די מאַראַנען וואָס זײַנען געקומען קיין מעקסיקע מיט הערנאַן קאָרטעס. דאָס אַליין האָט מיך אינטריגירט — ערשטנס ווײַל מיר ייִדן האָבן פֿאַרפֿלאַנצט אונדזערע געדעכענישן איבערן גאַנצן ערד־קוגל, און צװײטנס אַז מיר ייִדן פֿאַרמאָגן אַ ריזיקן אַפּעטיט זיך איבערבאַשאַפֿן נאָך יעדן אומגליק.

און איצט צום משפּט. גיי ווייס וויפֿל מיר ייִדן זײַנען פֿעיִק אַראָפּצורײַסן, אַראָפּצושלײַדערן, אַראָפּצוזעצן און דערנידעריקן די שעפֿערישע כּוחות פֿון אַ צװײטן ייִדן. קען מען דאָס צושרײַבן צו קנאת־סופֿרים? אפֿשר.

די געשיכטע איז אַזאַ: פֿונעם 6טן ביזן 17טן יוני 1926 האָט דער פֿאַרבאַנד פֿון העברעיִשע שרײַבער און ליטעראַטן אין פּאַלעסטינע זיך פֿאַרזאַמלט אין „בית־העם‟ אין תּל־אָבֿיבֿ. דער זאַל איז געווען געפּאַקט מיט אַן עולם נײַגעריקע צוקוקער וואָס האָבן געציילט אין די הונדערטער. נישט געקוקט אויף דעם וואָס אַנ־סקי אַליין איז שוין געווען אויף יענער וועלט, נישט געקוקט אויף דעם וואָס די פּיעסע האָט שטאַרק אויסגענומען סײַ בײַם פּשוטן עולם סײַ בײַ די ייִדישע ליטעראַטור־קריטיקער, האָבן די ייִדיש־העברעיִשע שרײַבער און פּאָעטן נישט געקענט פֿאַרדײען אַנ־סקיס דערפֿאָלג.

דער באַרימטער העברעיִשער פּאָעט חיים נחמן ביאַליק האָט זיך טאַקע שטאַרק געקווענקלט צי ער זאָל יאָ צי נישט איבערזעצן אַנ־סקיס פּיעסע, צוליב פֿאַראורטיילן פֿון דער העברעיִשער אינטעליגענץ, וואָס האָט געטענהט אַז די פּיעסע פֿאַרנעמט זיך מיט פּרימיטיווע ייִדישע איבערגלויבנס. ביאַליק האָט אָבער יאָ איבערגעזעצט דעם „דיבוק‟ אויף העברעיִש, און בשעת די וועלט האָט עס אָנגענומען פֿאַר אַ מוסטערווערק, האָבן די העברעיִשע ליטעראַטן אין די צוואַנציקער יאָרן דאָס אַראָפּגעריסן ווי אַ שאַנדפֿלעק.

דער באַשולדיקטער אינעם משפּט איז געווען דער דראַמאַטורג ש. אַנ־סקי אַליין, און צווישן די באַשולדיקער — אַזעלכע ליטעראַטן ווי אָשר באַראַש (הויפּט־פּראָקוראָר), נישט געקוקט אויף דעם וואָס ער האָט אָנגעהויבן זײַן ליטעראַרישע קאַריערע דווקא אויף ייִדיש.

דער צווייטער אויספֿאָרשער איז געווען יהודה קרני, אַ נאַציאָנאַלער פּאָעט. אויך ד״ר משה גליקסאָן וועלכער האָט זיך אין תּוך אָפּגעגעבן מיט אויפֿלעבן די העברעיִשע שפּראַך. עס האָבן זיך אויך צוגעשטעלט צום קאַבודל נאָך פֿינף פּראָקוראָרן, און אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַלע זענען זיי געבוירן און אויפֿגעכאָוועט געוואָרן אין אַ שטעטל אין מזרח־אייראָפּע, ווו ייִדיש איז געווען די אומגאַנג־שפּראַך.

די עדות זײַנען באַשטאַנען פֿון אַזעלכע גדולים פּאָעטן ווי אַבֿרהם שלונסקי, צוזאַמען מיט אַ גאַנצע פּלעיאַדע באַרימטע העברעיִשע שרײַבער, דראַמאַטורגן, פּאָעטן און קינסטלער.

זייערע באַשולדיקונגען האָבן אויסגעדריקט אַ ווידערווילן צו דער פּיעסע, נעמלעך צוליב דעם וואָס „דער דיבוק‟ איז נישט מער ווי אַ צוזאַמענגעפֿלאָכטענע, אויבנויפֿיקער, פֿאַרלאַטעטער מלבוש, און אַז די העלדן זײַנען נישט מער ווי אַבסטראַקטע פֿיגורן באַזירט אויף אייגענעם און פֿרעמדן פֿאָלקלאָר. זיי זײַנען נישט מער ווי מעכאַנישע געשטאַלטן, לא האָ ולאָ האָ, נישט אַהין און נישט אַהער, אַנדראָגאָנישע טים־טאַמעס וואָס נייטיקן זיך אין כאַראַקטער־שטריכן.

אייניקע האָבן עס געלויבט אין הימל אַרײַן, אָנווײַזנדיק אַז ס’איז כאָטש נישט קיין שונד-טעאַטער, אַזוי ווי אַבֿרהם גאָלדפֿאַדנס מוזיקאַלישע מאַכערײַקעס. דער רעזשיסאָר גניעסין האָט געטאַדלט די באַשולדיקער: „מיר אַקטיאָרן האַלטן אַז דאָס איז איינע פֿון די בעסטע פּיעסעס אין אונדזער רעפּערטואַר.‟ אָבער דער פּאָעט יעקבֿ פֿיכמאַן האָט זיך אויסגעדריקט אַז די פּיעסע איז נישט מער ווי אַ חוזק, אַ שקר, אַז דער „דיבוק‟ איז נישט מער ווי אַ מיסטקאַסטן אײַנגעוויקלט אין טלית און תּפֿילין. אַ חוץ דעם איז עס נישט קיין ייִדישע פּיעסע בכלל וואָס מ’קען שטעלן פֿאַרן ישובֿ אין לאַנד, האָבן זיי געזאָגט.

נישט געקוקט אויף די אַלע נעגאַטיווע אָפּשאַצטונגען, איז דער „דיבוק‟ אויפֿגעפֿירט געוואָרן אין אַ שלל שפּראַכן און לענדער, און יעדעס מאָל מיט גרויס דערפֿאָלג.

צום סאַמע סוף וויל איך צוגעבן, אַז מיר ייִדן זײַנען פֿאַרבליבן דאָס וואָס מיר זײַנען אייביק געווען און וועלן אייביק זײַן: אַ האַרט־נעקיק, אויפֿטועריש פֿאָלק, אַן אומה פֿון נישט־פֿאַרגינער און ווייך־האַרציקע פֿרײַדענקער. מיר זײַנען זעלבסט־האַסער, האַרטע פּאָליטישע ניס און געלט־גײַציקע יחידים. ווי איר קוקט אונדז אָן זײַנען מיר רודף־שלומניקעס, חכמים־נבונים, פֿאַרביסענע פּאַסקודניאַקעס און גאָט די נשמה שולדיקע — בטלנים, כּשרע הינער־פֿרעסער און טריפֿענע פּיסקעס. און אַז איר וועט מיך נישט אָפּשטעלן, קען איך אַזוי אָנגיין מיטן פֿאַראורטיילן און לויבגעזאַנגען פֿאַר אונדזער קאָלירפֿול, יוצא מן הכּלליק, שטאַרק געליטן פֿאָלק. אַן איין און איינציק פֿאָלק צווישן פֿעלקער וואָס פֿאַרדינט דאָס טעלערל פֿון הימל.

מײַן עצה איז, איר זאָלט זיך אײַנהאַנדלען דאָס ביכל פֿון פֿערנאַנדאָ פּענאַלאָסאַ. עס קומט אים דער אמתער ישר־כּוח.