ווײַבערטײַטש: די עראָטישע פּאָעזיע פֿון טרוים קאַץ־הענדלער

Vaybertaytsh: The Erotic Poetry of Troim Katz Handler

Yiddish Book Center/Youtube

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published August 02, 2018.

אַז מע רעדט וועגן עראָטישע לידער אויף ייִדיש, קלערט מען געוויינטלעך פֿון פּאָעטן ווי ציליע דראָפּקין, וואָס האָט געשריבן מיט דורות צוריק. עס זענען אָבער נאָך הײַנט פֿאַראַן עטלעכע פּאָעטן וואָס שאַפֿן אַזעלכע לידער אויף מאַמע־לשון. די באַקאַנטסטע פֿון זיי איז מסתּמא טרוים קאַץ־הענדלער, און דאָס איז טאַקע די טעמע פֿונעם נײַסטן עפּיזאָד „ווײַבערטײַטש‟.

ווי עס דערקלערט שאָשקע־רײַזל יוני, וואָס האָט פּראָדוצירט דעם עפּיזאָד צוזאַמען מיט פּערל ליפּסקי־קרופּיט, האָט טרוים קאַץ־הענדלער אַן אינטערעסאַנטן ייִחוס וואָס שייך דער טעמאַטיק פֿון אירע װערק. איר פֿאָטער, דער ייִדישער פּאָעט מעינקע קאַץ, האָט מען אַמאָל אַרויסגעוואָרפֿן פֿונעם ייִדישן פּען־קלוב צוליב זײַנע עראָטישע לידער. (איר ייִנגערער ברודער הירשע־דוד כּ׳׳ץ, איז, אַחוץ זײַנע לינגוויסטישע פֿאָרשונגען און אַקטיוויזם לטבֿות די ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע, אויך אַ ייִדישער שרײַבער).

פּערל ליפּסקי־קרופּיט און שאָשקע־רײַזל אַרבעטן מיט טרוים קאַץ־הענדלער אויף אַ צוויישפּראַכיקן בוך פֿון אירע װערק, כּדי צי מאַכן אירע ווערק ציטריטלעך צום ברײטן עולם. ס׳איז אַ ריזיקע אַרבעט: כאָטש טרוים קאַץ־הענדלער האָט ניט אָנגעהויבן שרײַבן קיין פּאָעזיע אויף ייִדיש ביז נאָך איר פֿאָטערס פּטירה אין 1991, האָט זי זינט דעמאָלט שוין אָנגעשריבן 561 לידער.

אינעם עפּיזאָד דערקלערן ליפּסקי־קרופּיט און שאָשקע־רײַזל ווי אַזוי זיי האָבן זיך באַקענט מיט דער פּאָעטעסע און פֿאַר וואָס זיי האַלטן אַ צוויישפּראַכיקע זאַמלונג פֿון אירע לידער פֿאַר וויכטיק. בײַ דער געלעגנהייט קען מען אויך הערן ווי קאַץ־הענדלער לייענט אַליין פֿאָר צוויי פֿון אירע װערק.