רעפֿעראַט פֿון ד׳׳ר רות ווײַס אין דער פֿאָלקסבינע

Lecture by Dr. Ruth Wisse at the Folksbiene

Forverts Montage/Wikimedia

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published August 02, 2018.

אין צוזאַמענהאַג מיט איר פּאָפּולערער אויפֿפֿירונג פֿון „פֿידלער אויפֿן דאַך‟ אויף ייִדיש, אָרדנט די פֿאָלקסבינע אײַן אַ ריי אונטערנעמונגען פֿאַרבונדן מיט דער פּיעסע.

אין יולי, למשל, האָט שעלדאָן האַרניק, דער מחבר פֿונעם טעקסט פֿון די באַקאַנטע לידער, דערקלערט ווי אַזוי ער האָט זיי געשאַפֿן. מיט אַ וואָך שפּעטער האָבן דער רעזשיסאָר פֿון דער איצטיקער אויפֿפֿירונג, דזשאָעל גריי, דער כאָרעאָגראַף שטאַז קמיעץ און דער קינסטלערישער דירעקטאָר בײַ דער פֿאָלקסבינע זלמן מלאָטעק אַרומגערעדט ווי אַזוי זיי האָבן באַלעבט דעם ייִדישן נוסח פֿונעם מיוזיקל.

מיטוואָך, דעם 8טן אויגוסט, וועלן די ליבהאָבער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור קענען געניסן פֿון אַ רעפֿעראַט איבער אַן אומגעריכטער פֿראַגע: צי איז טבֿיה דער מילכיקער טאַקע געווען אַ טראַדיציאָנעלער ייִד? און אויב יאָ, האָט יענער טראַדיציאָנעלער ייִד פֿיגורירט בלויז אין די אָריגינעלע טבֿיה־מעשׂיות פֿון שלום־עליכם, אָדער אויך אינעם פּאָפּולערן אַמעריקאַנער מיוזיקל?

ד׳׳ר רות ווײַס, די באַרימטע עמעריטירטע פּראָפֿעסאָרין פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין האַרװאַרד, וועט דיסקוטירן די פֿראַגע. איר רעפֿעראַט וועט פֿאָרקומען 6:30 אין אָוונט. בילעטן קען מען באַשטעלן דאָ.

ד׳׳ר ווײַס איז געבוירן געוואָרן אין טשערנאָוויץ בײַ אַן אינטעלעקטועלער משפּחה פֿון ווילנער ייִדן און איז אויפֿגעוואַקסן אין מאָנטרעאָל. זי ווערט באַטראַכט ווי איינע פֿון די וויכטיקסטע פֿיגורן בײַם אַרײַנברענגען די ייִדישע ליטעראַטור אינעם הויפּטשטראָם פֿון דער אַמעריקאַנער ליטעראַטור־פֿאָרשונג. צווישן אירע פֿאָרש־אַרבעטן האָט זי אַרויסגעגעבן שטודיעס וועגן דעם „שלומיאל ווי אַ העלד‟ און דעם ייִדישן הומאָר. זי האָט אויך רעדאַקטירט ליטעראַרישע זאַמלונגען פֿון די װערק פֿון י. ל. פּרץ, חיים גראַדע און שלום־עליכם איבערגעזעמט אויף ענגליש.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.