100 יאָר איבערזעצונגען פֿון „טבֿיה דער מילכיקער‟ אויף העברעיִש

100 Years of Translating "Tevye the Dairyman" Into Hebrew

Forverts Montage

פֿון רייזע טורנער

Published August 02, 2018.

דער דאָזיקער אַרטיקל איז אַרויסגעוואַקסן פֿונעם וועכנטלעכן סעמינאַר ‘העברעיִש אין ייִדישלאַנד’, אָנגעפֿירט דורך טל חבֿר-כיבאָווסקי, בײַם פּאַריזער ייִדיש-צענטער — מעדעם־ביבליאָטעק.

אין פֿאַרגלײַך מיט מענדעלע מוכר־ספֿרים און י. ל. פּרץ, האָט שלום־עליכם ניט איבערגעזעצט קיין סך פֿון זײַנע ווערק.

זײַן הויפּט־איבערזעצער אויף העברעיִש איז געווען זײַן איידעם, י. ד. בערקאָוויטש, וועלכער האָט אַרויסגעגעבן אַ העברעיִשע אויסגאַבע פֿון שלום־עליכמס ווערק שוין אין 1911, אין דרײַ בענד. בערקאָוויטשעס איבערזעצונגען זענען געווען אַזוי געניט און שעפֿעריש, אַז שפּעטערדיקע העברעיִשע ליטעראַטן האָבן אים באַשולדיקט אינעם איבערשרײַבן שלום־עליכמס ווערק פֿון ס’נײַ.

פֿון דער צווייטער זײַט איז בערקאָוויטשעס העברעיִשער סטיל געווען אויסערגעוויינטלעך, אידיאָמאַטיש (אויב מע קען בכלל אַזוי רעדן וועגן דעם דעמאָלטיקן העברעיִש) און רײַך אין אויסדרוקן וואָס ער האָט צום טייל געשעפּט פֿון עלטערע מקורים, לויט דער טראַדיציע וואָס חיים נמחן ביאַליק האָט אין דער זעלבער תּקופֿה צוגעשריבן צו מענדעלע מוכר־ספֿרים (דעם „יוצר הנוסח‟, דעם באַשאַפֿער פֿונעם מאָדערנעם ליטעראַריש־העברעיִשן סטיל). בערקאָוויטשעס איבערזעצונגען זײַנען וויכטיק ניט נאָר ווי אַ מיטל צו באַקענען העברעיִש־לייענער מיט שלום־עליכמס ווערק, נאָר אויך (און אין דער צײַט ווען ער האָט זיי געשאַפֿן, דער עיקר) ווי אַ בײַטראָג צו די שפּראַכיקע שפּײַכלערס פֿון דער יונגער מאָדערנער העברעיִשער ליטעראַטור. די דאָזיקע איבערזעצונגען זענען דערגאַנגען צו עטלעכע דורות ישׂראלדיקע העברעיִש־רעדער אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים; למשל, דורך אויסצוגן אין לערנביכער און טעאַטער־פֿאָרשטעלונגען וואָס האָבן זיך געשטיצט אויף בערקאָוויטשעס העברעיִשן טעקסט.

ווי דן מירון שרײַבט אין זײַן אַרײַנפֿיר צו זײַן אייגענער איבערזעצונג פֿון „טבֿיה דער מילכיקער‟ (טבֿיה החולבֿ, 2009), האָט כּמעט קיינער אַחוץ בערקאָוויטשן ניט געפּרוּווט איבערצוזעצן שלום־עליכמען ביז רעלאַטיוו שפּעט. (דער אויסנאַם איז געווען יוסף חיים ברענער, וואָס פֿלעגט זיך באַקלאָגן וועגן בערקאָוויטשעס דערהויבענעם סטיל און אַ ביסל געפּרוּווט שאַפֿן אַ נאַטירלעכערע, באַרעדעוודיקערע ווערסיע אין די זעלביקע יאָרן ווען בערקאָוויטש האָט געאַרבעט איבער זײַן איבערזעצונג.) דאָס איז צוליב צוויי סיבות: ערשטנס, ווײַל מע האָט זיך צוגעוווינט צו בערקאָוויטשעס ווערסיע, און זי באַטראַכט ווי דאָס איינציקע מעגלעכע פּנים פֿון שלום־עליכמען אויף העברעיִש, און צווייטנס, ווײַל בערקאָוויטש האָט געהאַט דאָס דרוקרעכט איבערצוזעצן שלום־עליכם אויף העברעיִש און ניט צוגעלאָזט אַנדערע. נאָך בערקאָוויטשעס פּטירה אין 1967 זענען אויפֿגעשפּרונגען אַנדערע בעלנים. „טבֿיה דער מילכיקער‟ בפֿרט האָט מען שוין איבערגעזעצט פֿיר מאָל זינט דעמאָלט (אַריה אהרוני אין 1982, בנימין הרשב אין 1983, גניה בן שלום אין 1983 און דן מירון אין 2009).

פֿאַר וואָס איבערזעצן „טבֿיה דער מילכיקער‟ אויף העברעיִש פֿון ס’נײַ? די דאָזיקע פֿראַגע מוז געשטעלט ווערן אין שײַכות מיט אַלע ווערק פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור וואָס זענען בשעתּו שוין איבערגעזעצט געוואָרן אויף העברעיִש, טייל מאָל דורך זייערע מחברים אַליין. די מאָדערנע איבערזעצער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אויף העברעיִש האָבן זיך אָפּגערופֿן אויף דער דאָזיקער פֿראַגע אין די הקדמות צו זייערע איבערזעצונגען, אין אַרטיקלען אין דער פּרעסע (למשל דן מירונס אַרטיקל אין הארץ, „מדוע צריך לתרגם מחדש את סיפורי מנדלה מוכר ספרים‟ [פֿאַר וואָס דאַרף מען איבערזעצן פֿון ס’נײַ די דערציילונגען פֿון מענדעלע מוכר־ספֿרים]), און צו מאָל אַפֿילו אין באַזונדערע ביכלעך, למשל אַריה אהרוניס להשיב את הפגמים למקומם: הערות לתרגום חדש של כתבי שלום־עליכם [צוריקצוקערן די פֿעלערן אויף זייער אָרט: באַמערקונגען צו אַ נײַער איבערזעצונג פֿון שלום־עליכמס ווערק] (1986) און לבחינתה של אגדה: בין ברקוביץ’ לשלום עליכם [צום באַטראַכטן אַ מיטאָס: צווישן בערקאָוויטשן און שלום־עליכמען] (1991), אין וועלכע ער שטרײַכט אונטער (ניט אַלע מאָל אויף אַ באַרעכטיקטן אופֿן) דעם ווײַטן מהלך צווישן שלום־עליכמס טעקסטן און בערקאָוויטשעס איבערזעצונגען.

אַחוץ די עווענטועלע חסרונות פֿון בערקאָוויטשעס איבערזעצונגען וואָס שייך געטרײַשאַפֿט צום מקור, און אַחוץ דעם וואָס זייער שפּראַך איז פֿאַרעלטערט (טייל מאָל זענען זיי אפֿשר צו דערהויבן, און פֿול מיט קלאַסישע פֿאַררופֿן וואָס זענען פֿרעמד אַ הײַנטצײַטיקן וועלטלעכן ישׂראלדיקן עולם), איז פֿאַראַן נאָך אַ סיבה איבערצוזעצן שלום־עליכמס ווערק פֿון ס’נײַ: דער געביטענער מצבֿ פֿון דער העברעיִשער שפּראַך, וואָס די הײַנטיקע איבערזעצער טענהן איז איצט אַ סך מער „פֿאַרייִדישט‟ ווי דאָס העברעיִש פֿון שלום־עליכמס צײַטן. דאָס זעט מען סײַ פֿונעם מעטאַפֿאָרישן קוקווינקל — דאָס הייסט, הײַנט איז העברעיִש אַן אמתע גערעדטע שפּראַך און קען דערפֿאַר לײַכטער אָפּשפּיגלען די באַרעדעוודיקייט פֿון שלום־עליכמס העלדן — סײַ פֿון דער לינגוויסטישער פּערסעקטיוו: צוליב דער השפּעה אי פֿון ייִדיש אי פֿון ענגליש (אויך אַ גערמאַנישער שפּראַך) אויף דער אַנטוויקלונג פֿונעם מאָדערנעם העברעיִש במשך פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט. מירון און אַנדערע טענהן אַז צוליב דער ממשותדיקער „ייִדישלעכקייט‟ פֿונעם מאָדערנעם העברעיִש איז דאָס אָפּשפּיגלען געטרײַ דעם טאָן פֿון שלום־עליכמס פּראָזע אייגנטלעך גרינגער אויף הײַנטיקן העברעיִש.

אַז מע פֿאַרגלײַכט די פֿינף העברעיִשע איבערזעצונגען פֿון „טבֿיה דער מילכיקער‟ (ד”ה, אַלע אַחוץ ברענערס, ווײַל ער האָט, דאַכט זיך, באַוויזן איבערצוזעצן נאָר איין קאַפּיטל), זעט מען אַז דער גרעסטער אונטערשייד, אָן שום ספֿק, איז צווישן בערקאָוויטשעס נוסח און די אַנדערע פֿיר. בערקאָוויטש דערשרעקט זיך ניט פֿאַר זײַנע אייגענע שעפֿרעישע אימפּולסן און אויך נישט פֿאַרן עשירות פֿון „אונדזער אַלטן אוצר‟, בשעת די אַנדערע פֿיר באַגנוגענען זיך געוויינטלעך מיט מער אײַנגעצאַמטע אויסדרוקן. ווען טבֿיה אַנטשולדיקט זיך, למשל, פֿאַרן פּלאַפּלען צו פֿיל („האָט קיין פֿאַראיבל נישט […] עס איז נישטאָ קיין גלײַכערס פֿון אַ קרומען לײטער און קיין קרומערס פֿון אַ גלײַך וואָרט, ובפֿרט […] אַז מע מאַכט שהכּל נהיה בדבֿרו אויפֿן ניכטערן האַרצן‟), גיט בערקאָוויטש צו דערנאָך דאָס קלאַסיש־העברעיִשע ווערטל „נכנס יין יצא סוד‟ [טרינקט מען איבעריקן וויין נאָר אויס, ווערט די צונג בײַם מענטשן לויז – לויט מרדכי קופּערס פֿאַרטײַטשונג]. ער גיט צו אויך די בקשה „אל תדינוני לכף חובה‟ [מישפּט מיך ניט צום שלעכטן], וואָס איז טאַקע זייער צוגעפּאַסט צום קאָנטעקסט, ווײַל עס דערמאָנט אין אַ שטעל פֿון דער גמרא, ברכות ל״א, וווּ חנה בעט זיך בײַ אלי הכּהן אַז ער זאָל זי ניט מישפּטן צום שלעכטן צוליב דעם וואָס זי זעט אויס שיכּור (נאָך שמואל א, פּרק א).

טאָמער איז בערקאָוויטשעס ווערסיע פֿון טבֿיהס אַנטשולדיקונג נאָך ניט גענוג געדיכט, נעמט ער אַרײַן נאָך צוויי קלאַסישע אויסדרוקן וואָס געפֿינען זיך נישט אינעם ייִדישן מקור: „טובה תורה עם דרך־ארץ‟ און „אל תראוני‟ [קוקט ניט אַראָפּ אויף מיר – שיר השירים א:ו]. וואָס אָנבאַלאַנגט די אַנדערע פֿיר איבערזעצער – ברענגט אהרוני איין קלאַסישן אויסדרוק: „אל נא באפכם‟ [ניט אויס אײַער כּעס – לויט ירמיהו י:כד]); הרשבֿ ברענגט אַ צווייטן: „אל תבואו בטרוניה‟ [קומט נישט מיט טענות – דער אויסדרוק און ענלעכע געפֿינען זיך עטלעכע מאָל אין גמרא און מדרש]); און בן שלום און מירון געפֿינען גאַנץ פּראָזאַיִשע לייזונגען: „סילחו לי‟ [זײַט מיר מוחל] און „על תכעסו‟ [ווערט ניט ברוגז]).

נאָך אַן אונטערשייד צווישן בערקאָוויטשעס איבערזעצונג און די אַנדערע פֿיר מאָדערנערע איז דער צוגאַנג צום לשון־קודשדיקן עלעמענט אינעם ייִדישן מקור, און בפֿרט טבֿיהס באַקאַנטער שפּיל מיט פּסוקים. די שוועריקייט איז אַ קענטיקע, ווי בערקאָוויטש האָט אַליין באַשריבן אין זײַנע זכרונות, „אונדזערע ראשונים‟ (פֿערטן באַנד): „וואָס פֿאַר אַ טעם וועט דאָס האָבן, אַז טבֿיה וועט פֿאַרטײַטשן אויף זײַן שטייגער די העברעיִשע פּסוקים מיטן זעלבן העברעיִשן לשון, – דאָס וועט דאָך אויסקומען, לויטן תּלמודישן ווערטל, ‘עסן ברויט מיט ברויט’?…‟ האָט בערקאָוויטש זיך געסטאַרעט צו שאַפֿן אַ קאָנטראַסט צווישן טבֿיהס קלאַסישע ציטאַטן און זײַנע פֿאַרטײַטשונגען, שאַפֿנדיק די צווייטע לויט „די פֿאָלקסטימלעכע אָפּפֿלוסן פֿון דער העברעיִשער שפּראַך – […] סידור־לשון, תּהילים, רש”י, פּאָפּולערע עלעמענטן פֿון מדרש־לשון — אַלץ אַזאַ מאַטעריאַל, וואָס דאַרף קלינגען פֿאַר טבֿיהס אויער אויב ניט וואָכעדיק־היימיש, איז שבתדיק־נאָענט. […] דער העברעיִשער טבֿיה […] שאַפֿט אַליין פּסוקים און גמרא־ווערטלעך […]: דאָרט, וווּ ער טײַטשט אין שלום־עליכמס אָריגינאַל די פּסוקים אויף ייִדיש (אויף אַ פֿאַרדרייטן אופֿן) — פֿאַרטײַטשט ער זיי אינעם העברעיִשן טעקסט מיט נײַ־געשאַפֿענע ווערטלעך פֿון רש”י און פֿון תּרגום־לשון, נאָר פֿון אַזאַ מין תּרגום־לשון, וואָס מע דאַרף ניט זײַן קיין גרויסער למדן, מע זאָל עס פֿאַרשטיין. צוליב דעם איז מיר אויסגעקומען דעם גרעסטן טייל פֿון די פּסוקים און ווערטלעך אין שלום־עליכמס אָריגינאַל פֿאַרבײַטן אין דעם העברעיִשן טעקסט מיט אַנדערע, וואָס זאָלן זיך פּאַסן צו דער סיטואַציע, אַ מאָל אויך איבערטראָגן אַ ווערטל אויף אַן אַנדער פּלאַץ […].”

בערקאָוויטש האָט געקענט צוגיין צו די קלאַסישע ציטאַטן אויף אַזאַ אופֿן, ווײַל דער דעמאָלטיקער העברעיִש־לייענער האָט זיך געקענט געבן אַן עצה מיט אַ טעקסט וואָס פֿאַררופֿט זיך אויף אַזעלכע ניואַנסן פֿון די אַלטע מקורים; און ער האָט אויך געמוזט אַזוי טאָן ווײַל אַן „אידיאָמאַטיש‟ העברעיִש (ווי ער אַליין רופֿט אָן דעם סטיל רעדן וואָס ער לייגט אַרײַן אין טבֿיהס מויל) איז דעמאָלט געווען „אידיאָמאַטיש‟ ניט דערמיט וואָס עס נעמט זײַנע אויסדרוקן פֿון אַ מיטצײַטלערישן פֿאָלקסמויל, נאָר דערמיט וואָס עס שעפּט פֿון גרייטע אויסדרוקן וואָס געפֿינען זיך אין אַלטע מקורים. איז אויב סײַ די ציטאַטן גופֿא סײַ זייערע פֿאַרטײַטשונגען שעפּן זייער שפּראַך פֿון אַלטע מקורים, קען מען שאַפֿן אַ קאָנטראַסט צווישן זיי נאָר אויב מע שיידט אונטער צווישן צוויי קלאַסן מקורים, ווי בערקאָוויטש באַשרײַבט. פֿאַרקערט, די שפּעטערע איבערזעצערס האָבן יאָ געהאַט אַ שמועס־לשון פֿון וועלכן זיי האָבן געקענט שעפּן אויף צו שאַפֿן אַ פֿאַרטײַטשונג־לשון וואָס איז סטיליסטיש אַנדערש פֿון די ציטאַטן אַליין, און דערפֿאַר האָבן זיי געקענט שאַפֿן טעקסטן וואָס זענען צוטריטלעכערפֿאַר די וועלטלעכע העברעיִש־רעדנדיקע לייענער וואָס קענען שוין ניט גוט אונטערשיידן צווישן די אַלע מינים מקורים. צוליב די דאָזיקע אַנטוויקלונגען פֿון דער שפּראַך און פֿונעם עולם, איז דאָ אַ בולטער אונטערשייד צווישן די פּסוקים־פֿאַרטײַטשונגען וואָס געפֿינען זיך אין בערקאָוויטשעס איבערזעצונג און די אין די פֿיר שפּעטערדיקע.

זעט, למשל, דעם דאָזיקן שיינעם שטעל: „אַ ייִד באַדאַרף האָפֿן, נאָר האָפֿן; אײַ וואָס? טאָמער ווערט מען דערווײַל פֿאַרשוואַרצט? דערויף זענען מיר דאָך עפּעס שטיקלעך ייִדן אויף דער וועלט, ווי זאָגט איר, אַתּה בחרתּנו — נישט אומזיסט איז אונדז די וועלט מקנא…‟ זעצט בערקאָוויטש דאָס איבער אַזוי: „הרי לכך יהודים אנחנו, ממלכת כהנים וגוי קדוש, כמה שכתוב: אתה בחרתנו מכל העמים — תרגום אונקלוס: יאה עניותא לישראל…‟ [דערויף זענען מיר דאָך ייִדן, אַ קיניגרײַך פֿון כּהנים און אַ הייליקע נאַציע (שמות יט:ו), ווי עס שטייט געשריבן: דו האָסט אונדז אויסדערוויילט פֿון אַלע פֿעלקער (פֿון די יום־טובֿדיקע תּפֿילות) — תּרגום אונקלוס: אָרעמקייט איז גוט פֿאַר די ייִדן…]

כּדי אָפּצושאַצן דאָס גאונות פֿון דער איבערזוצונג, מוז מען קודם־כּל וויסן אַז „יאָה עניותא לישׂראל‟ איז בכלל ניט פֿון תּרגום אונקלוס, נאָר פֿון דער גמרא (חגיגה ט:). דער „פֿאַלשער ציטאַט‟ גיט איבער טבֿיהס כּלומרשטיקע עם־האָרצות אויף אַ שיינעם אופֿן (אַזאַ בור־דאורײַתא וואָס קען סײַ תּנ”ך, סײַ תּרגום אונקלוס, סײַ גמרא אויף אויסנווייניק אויף אַזוי ווײַט אַז ער געדענקט ניט וועלכער איז וועלכער!). און דאָס פֿאַררעכענען „אָרעמקייט איז גוט פֿאַר די ייִדן‟ פֿאַר אַ „תּרגום‟ (איבערזעצונג) פֿון „אַתּה בחרתּנו‟ גיט קונציק איבער דעם וויץ אין מקור, אַז „זייער פֿײַן, מיר זענען אויסדערוויילט, נאָר אויף וואָס, מ’שטיינס געזאָגט?!‟ דערצו איז דער קאָנטעקסט אין מסכתּא חגיגה זייער צוגעפּאַסט, ווײַל עס רעדט זיך דאָרט וועגן דעם ספּעציעלן אויפֿמערק וואָס דער אייבערשטער גיט דעם ייִדישן פֿאָלק: דהײַנו, אַז ער פּרוּווט זיי אויס מיט אָרעמקייט, זיי זאָלן אַנטוויקלען אין זיך גוטע מידות. און נישט נאָר דאָס — אינעם פּסוק אויף וועלכן עס שטיצט זיך דער שטעל אין חגיגה, ישיעהו מח:י, באַווײַזט זיך טאַקע דער זעלביקער ווערב „בחר‟ (אויסדערוויילן) מיטן באַטײַט „אויספּרוּוון‟ אָדער „ראַפֿינירן”!

אַלע פֿיר שפּעטערע איבערזעצונגען פֿון דעם דאָזיקן שטעל זענען אין גאַנצן פּראָזאַיִש אין פֿאַרגלײַך — וווּ בערקאָוויטש שרײַבט „יאה עניותא לישראל‟, גיבן די אַנדערע פֿיר וואָרט־ווערטלעך איבער טבֿיהס ייִדישע „פֿאַרטײַטשונג‟, אָדער אפֿשר ריכטיקער, זײַן באַמערקונג, וועגן „אַתּה בחרתּנו‟ — „נישט אומזיסט איז אונדז די וועלט מקנא‟: „לא לחינם מקנה בנו כל העולם‟ (אַהרוני), „לא בחינם מקנא בנו העולם‟ (הרשבֿ), „ולא לחינם העולם מקנא בנו‟ (בן שלום), און „לא לחינם כל העולם מקנא בנו‟ (מירון). בערקאָוויטש וואָלט אַוודאי אויך געקענט איבערזעצן די באַמערקונג וואָרט־ווערטלעך, און אפֿשר גייט עפּעס טאַקע פֿאַרלוירן אין דעם וואָס ער פֿירט ניט אַריבער אינעם העברעיִשן נוסח דעם ענין „קינאה‟, אָבער ער האָט דאַכט זיך ניט געקענט פֿאַרפֿעלן אַ געלעגנהייט צו פֿאַרטײַטשן אַ מקור מיט אַ מקור.

אינטערעסאַנט אין דעם שטעל זענען אויך די פֿאַרשיידענע צוגאַנגען צו אויסדרוקן וואָס זענען זייער ייִדישלעך — דער עיקר „(דערויף זענען מיר) עפּעס שטיקלעך ייִדן אויף דער וועלט‟. ווי גיט מען איבער דעם טעם פֿון „עפּעס שטיקלעך‟ און „אויף דער וועלט‟ אויף העברעיִש? ווי מיר האָבן געזען געפֿינט בערקאָוויטש אַנדערע אופֿנים צו שאַפֿן אַ זאַץ וואָס איז לעבעדיק און אידיאָמאַטיש. די אַנדערע פֿיר האָבן ניט אַזוי גיך געוואָלט אָפּלאָזן די ייִדישלעכע אויסדרוקן.

בן שלום געפֿינט אַן אַנדער אופֿן: זי ניצט „עם נבֿחר‟ כּדי אונטערצושטרײַכן דעם באַטײַט פֿון „זײַן ייִדן‟, אַ לייזונג וואָס איז ענלעך צו בערקאָוויטשעס „ממלכת כּהנים וגוי קדוש‟ אין דער זעלבער פּאָזיציע אין זאַץ. מירונס איבערזעצונג איז נישט אַהין, נישט אַהער — ער נעמט ניט אַרײַן קיין אַלטערנאַטיוון אויסדרוק אויף העברעיִש, נאָר ער היט יאָ אָפּ וואָרט־ווערטלעך אַ טייל פֿון מקור, דהײַנו „אויף דער וועלט‟, וואָס ער קאַלקירט: „בשביל זה אנחנו יהודים בעולם.‟

די באַשלוסן פֿון די אַנדערע צוויי איבערזעצער זענען אָבער טאַקע מאָדנע. אַהרוני ברענגט אַזש אַרײַן דאָס וואָרט „עפּעס‟ (אין גענדזן־פֿיסלעך!) אין דער העברעיִשער איבערזעצונג, און קאַלקירט „אויף דער וועלט‟, ווי מירון: „הלא לכן אנחנו ‘עפּעס’ יהודים בעולם‟. (אַהרוני ניצט טאַקע אָפֿט מאָל עכט־ייִדישע ווערטער אין מיטן דערינען אין זײַן איבערזעצונג — „ייִדענע‟ און „סמיטשיק‟ צווישן אַנדערע.)

און הרשבֿ קאַלקירט אַלץ ווי עס שטייט און גייט: „בשביל זה הרי אנחנו משהו חתיכת יהודים בעולם,‟ מיט אַן אומפֿאַרשטענדלעכער הערה וואָס באַרעכטיקט כּלומרשט זײַן אויסקלײַב: „חתיכה –ב’חתיכה’ משתמשים לכל דבר שמופיע בכמויות שאינן נתנות לספירה פשוטה (חתיכת לחם), ובאפן מטפורי — לצין נתח נכבד ולסיג מפני העין הרעה‟ [חתיכה (שטיקל) — מען ניצט דאָס וואָרט אויף יעדער זאַך וואָס געפֿינט זיך אין קוואַנטיטעטן וואָס זענען ניט צום ציילן מיט אַ פּשוטער צאָל (למשל „אַ שטיקל ברויט‟), און מעטאַפֿאָריש גערעדט — אָנצוּווײַזן אויף אַ בכּבֿודיק שטיקל און צו פֿאַרטיידיקן זיך קעגן דער עין־הרע].

די פֿינף איבערזעצונגען זענען אויך פֿאַרשיידן אין זייער באַהאַנדלונגען פֿונעם סלאַווישן עלעמענט אין שלום־עליכמס טעקסט, בפֿרט גאַנצע אויסדרוקן און ווערטלעך וואָס באַווײַזן זיך אויף רוסיש אָדער אוקראַיִניש. למשל, אינעם ייִדישן טעקסט באַווײַזט זיך דאָס ווערטל אויף אוקראַיִניש „שטשע נע פּאָימאַוו אַ ווזשע סקובע‟ [ער האָט נאָך ניט געכאַפּט דעם פֿויגל, נאָר ער פֿליקט אים שוין] — אַרײַנגעפֿירט, אַגבֿ, מיט די ווערטער „ווי זאָגט דער גוי‟. בערקאָוויטש וויל ניט וויסן פֿון קיין אוקראַיִניש און ניט פֿון קיין גוי, און פֿאַרבײַט דאָס גאַנצע אויף „דין מפורש בפרקי־אבות: חכמים, הזהרו בדבריכם‟ [אַ בפֿירושער דין אין פּרקי־אָבֿות: חכמים, זײַט פֿאָרזיכטיק אין אײַערע רייד]. די אַנדערע פֿיר איבערזעצער מעקן ניט אָפּ דעם גוי („כמו שאומר הגוי‟, „איך אומרים הגוייִם‟, „איך אומר הגוי‟).

אַהרוני, הרשבֿ און מירון היטן אויך אָפּ די אוקראַיִנישע ווערטער גופֿא (אַזוי זעען זיי אויס אויף העברעיִשן אויסלייג: „שצ’ה נה פוימב א וז’ה סקובה‟). אַהרוני, הרשבֿ און בן שלום שרײַבן אַן איבערזעצונג אַרײַן גלײַך אינעם טעקסט, בשעת מירון — אין אַ הערה. בײַ אַהרוני און מירון איז די איבערזעצונג וואָרט־ווערטלעך („עדיין לא צד וכבר מורט‟); בן שלום גיט צו דעם פֿויגל און זײַנע פֿעדערן („עדיין לא תפס את הציפור וכבר מורט את נוצותיה‟); און הרשבֿ בײַט איבער דעם באַטײַט לויט דעם קאָנטעקסט אין מקור („עוד לא צד וכבר פושט את העור‟ [נאָך ניט געכאַפּט נאָר שוין שינדט ער די הויט], וואָס פּאַסט זיך צו צום פֿריִערדיקן זאַץ: „די פֿעל פֿונעם בער טאָר מען אין וואַלד נישט פֿאַרקויפֿן‟, וואָס ווערט איבערגעזעצט אין אַלע ווערסיעס אַחוץ בערקאָוויטשעס).

איינער פֿון די שענסטע אַספּעקטן פֿון די העברעיִשע נוסחאָות איז אַז די איבערזעצער האָבן זיך באַמיט אויסצודריקן שלום־עליכמס שפּראַך־חנדלעך אויף העברעיִש. צום בײַשפּיל, טבֿיה לאָזט זיך אַ מאָל אַרײַן אין גראַמען: „און אַז מע האָט, זאָגט איר, טעכטער, פֿאַרגייט דאָס געלעכטער,‟ צווישן אַנדערע.

יעדער העברעיִש־איבערזעצער האָט געפֿונען אַן אַנדער לייזונג אויפֿן דאָזיקן ווערטל.

בײַ בערקאָוויטשן שטייט: „ואוי לו ליהודי שבניו נקבות, כל ימי חייו רק רע ומכאובות‟ [און וויי איז דעם ייִדן וואָס זײַנע קינדער זענען נקבֿות, אַלע טעג פֿון זײַן לעבן נאָר שלעכטס און צרות].

בײַ אַהרוני: „וכשיש, אמרת, בנות, על הצחוק עורף לפנות‟ [און ווען עס זענען דאָ, זאָגט איר, טעכטער, קערט זיך אָפּ דאָס געלעכטער].

בײַ הרשבֿ: „וכשיש, אתה אומר, בנות כחוק, אין חשק לצחוק” [און ווען עס זענען דאָ, זאָגט איר, טעכטער על־פּי־דין, איז ניטאָ קיין חשק צו לאַכן].

בן שלום: „ואם יש הרבה בנות, עובר הרצון לצחוק‟ [און אויב עס זענען דאָ אַ סך טעכטער, פֿאַרגייט דער חשק צום לאַכן]

מירון: „וכשיש, אתם אומרים, יותר מבת או שתים, נמחק הצחוק מן השפתיים‟ [און ווען עס זענען דאָ, זאָגט איר, מער ווי איינע אָדער צוויי טעכטער, ווערט דאָס געלעכטער אָפּגעמעקט פֿון די ליפּן].

עס איז תּמיד אינטערעסאַנט צו פֿאַרגלײַכן פֿאַרשיידענע איבערזעצונגען פֿון אַ געוויס ווערק, און נאָך אינטערעסאַנטער, פֿאַרשטייט זיך, צו באַטראַכטן און פֿאַרגלײַכן די איבערזעצונגען פֿון אַזאַ ווערק ווי טבֿיה דער מילכיקער, וואָס ווערט אָפֿט מאָל, אפֿשר אָפֿטער ווי אַנדערע ווערק פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, דערמאָנט ווי אַ טעקסט וואָס איז אוממעגלעך איבערצוזעצן. און אַזוי ווי טבֿיה איז באַזונדערש שווער איבערצוזעצן צום טייל צוליב זײַן לשון־קודשדיקן קאָמפּאָנענט, איז נאָך אינטערעסאַנטער צו פֿאַרגלײַכן די איבערזעצונגען פֿונעם ווערק אויף העברעיִש. אַ פּרטימדיקער פֿאַרגלײַך וואָלט אָן קיין ספֿק אַנטדעקט אַ סך מער טשיקאַווע פֿענאָמענען און אונטערשיידן, נאָר דאָס וועט שוין מוזן וואַרטן אויף אַן אַנדערש מאָל.