זכרונות פֿון דער באָבע חווה־לאה: מײַנע פֿוסבאָל־אַװאַנטורעס

Memories of Bubbe Khave-Leye: My Soccer Adventures

Yehuda Blum

פֿון יחיאל שיינטוך

Published August 08, 2018.

(דער דריטער טייל פֿון אַ בינטל זכרונות וועגן דער באָבען)

אויפֿן טראָטואַר פֿון אונדזער גאַס, האָבן מיר קינדער אַנטוויקלט אַ סעריע שפּילן מיט ביקלעך (Bolitas), שפּילן מיט פֿינף שטיינדלעך, שפּילן מיט אַ שטריק, קלעטערן אויף ביימער. און כּדי צו קאָרמענען די נשמה און אַנטוויקלען די פֿאַנטאַזיע, זײַנען מיר אַלע אַוועק ביז דעם ראָג פֿון פּאַסאָ און קאָרדאָוואַ. אויף דער ברייטער און רעשיקער גאַס קאָרדאָוואַ פֿלעגן מיר זיך פֿאַרקערן אויף לינקס, און נאָך 50 מעטער זײַנען מיר אײַנגעזונקען געוואָרן אין אַ וועלט פֿון פֿאַנטאַזיע, מיט דער הילף פֿון דעם פֿאַרקויפֿער פֿון צײַטונגען און זשורנאַלן, וועלכער האָט צעלייגט זײַן סחורה אויף דער גאַס קאָרדאָוואַ, בײַם ראָג וווּ די גאַס האָט זיך געטראָפֿן מיט דער גאַס פּואיירעדאָן (אויך אַ צענטראַלע גאַס אין דער שטאָט בוענאָס־אײַרעס).

די צײַטונג־ און זשורנאַלן־פֿאַרקויפֿער זײַנען געווען צוויי ברידער. איינעם פֿון זיי וועלכער האָט פֿאַרקויפֿט אין דער פֿרי, האָבן מיר אָנגערופֿן „דער גוטער‟ (El Bueno), און דער צווייטער – דער וואָס האָט פֿאַרקויפֿט נאָך מיטאָג, האָט געהייסן בײַ אונדז „דער שלעכטער‟ (El Malo). זיי האָבן פֿאַרקויפֿט צײַטונגען אויף שפּאַניש, ענגליש און פֿראַנצייזיש; זשורנאַלן פֿאַר פֿרויען, גאַנצענע סעריעס פֿון ראָמאַנטישע דראַמעס מיט בילדער, אָבער אויך אַ ים מיט קאָמיקס, דערציִערישע זשורנאַלן פֿאַר שולקינדער, ספּאָרט־צײַטונגען און אַנדערע זאַכן װאָס מיר קינדער, אין עלטער פֿון 6 ביז 12 יאָר, האָבן גענאָסן דערפֿון.

מיר זײַנען אָבער געװען קינדער מיט ליידיקע קעשענעס, און בשום־אופֿן נישט געקענט אויספֿירן צו קויפֿן די סחורה, אָבער לייענען האָבן מיר שוין געקענט און מיר זײַנען געווען טשיקאַווע צו וויסן אַלץ. צו ביסלעך האָבן מיר אויסגעאַרבעט אַ „מאָדוס וויווענדי‟ מיטן „גוטן‟ פֿאַרקויפֿער און אַפֿילו מיט זײַן ברודער. טאָג־אײַן טאָג־אויס האָבן די פֿוסגייער אויף דער גאַס קאָרדאָוואַ געקענט באַמערקן אַ לאַנגע ריי קינדער וואָס זיצן לענג־אויס די ווענט פֿון די הײַזער און אין די אַרײַנגאַנגען און לייענען די זשורנאַלן וואָס זיי האָבן אויסגעבאָרגט בײַ דעם „גוטן‟. די קינדער האָבן געהאַט מיט אים אַ הסכּם: מע מעג זיצן און לייענען נישט ווײַטער ווי 50 מעטער פֿון דעם פֿאַרקויפֿער און צוריקגעבן די זשורנאַלן ווען זיי ענדיקן. דאָס איז געווען ממש אַ גאַסן־ביבליאָטעק.

צווישן דעם שלל קאָמיקס־זשורנאַלן, האָבן מיר זיך באַקענט אין אונדזערע יונגע יאָרן מיט דער גאַנצער משפּחה פֿון דאָנאַלד דאַק (El Pato Donald) , מיט זײַן קאַרגן פֿעטער וואָס ציילט גאָלדענע מטבעות (Scrooge McDuck) און אַנדערע מיטגלידער פֿון דער משפּחה. מיר האָבן אויך געלײענט קאָמיקס אויפֿן געביט פֿון וויסנשאַפֿטלעכער פֿאַנטאַסטיק, וווּ דער גלאַוונער כאַראַקטער פֿון די אַוואַנטורעס איז געווען איינער מיטן נאָמען Misterix, דער שטאַרקסטער מאַן אין דער וועלט. ער האָט געהאַט אַ גאַרטל וואָס האָט געשיקט אַ ביאָנישן שטראַל, און געלייזט אַלע פּראָבלעמען פֿון גוטס און שלעכטס.

אין גײַסט פֿון יענע יאָרן, און פּאַראַלעל מיט די קאַובוי־בילדער אויפֿן עקראַן פֿון קינאָ מיטן נאָמען Bijou, אַ פּאָר צענדליק מעטער פֿון דאָרטן אויף דער גאַס פּואיירעדאָן, פֿלעגן מיר באָרגן בײַם „גוטן‟ אַן אַנדער לענגלעכן זשורנאַל וועגן די אַוואַנטורעס פֿון „ווילדן מערבֿ‟ (Wild West), אַ זשורנאַל אין וועלכן דער גלאַוונער כאַראַקטער איז געווען דער רעוואָלווער פֿון דער פֿירמע Colt. אין די אילוסטרירטע פֿרויען־זשורנאַלן װעגן ראָמאַנטישע קאָמפּליקאַציעס װי, למשל, דער זשורנאַל „Para Ti‟ (פֿאַר דיר) האָב איך אַרײַנגעקוקט און זײ געפֿונען פֿאַר נישט אינטערעסאַנט. יאָרן שפּעטער האָט מיר דערציילט מײַן ייִנגערע שוועסטער זכרונה לבֿרכה, אַז זי פֿלעג לײענען אָט דעם קוואַטש און אַז איך פֿלעג קאָנפֿיסקירן בײַ איר אָט די ראָמאַנען און אַוועקוואַרפֿן אין מיסט. ווען די ענגעניש בײַ די רײען לייענער אויף דער גאַס קאָרדאָוואַ איז געוואָרן אומדערטרעגלעך, און עס איז מער נישט געווען קיין ליידיקער אָרט צווישן די אומזיסטע לייענער לענג־אויס די ווענט, האָב איך געשלאָסן אַ דזשענטלמענישן אָפּמאַך מיט דעם „גוטן‟ פֿאַרקויפֿער, און איך האָב באַקומען אַ דערלויבעניש זיך דערווײַטערן אַ ביסל מיט דעם געבאָרגטן זשורנאַל אין דער האַנט, ביז דעם אַרײַנגאַנג צו מײַן אײגן הויז וואָס איז געשטאַנען אַ ביסל ווײַטער אַרום דעם בלאָק, אויף פּאַסאָ 783.

פֿוסבאָל־שפּילערײַ איז נישט געווען קיין נאָווינע אויף מײַן גאַס. דווקא ווײַל די לעצטע הונדערט מעטער פֿון מײַן גאַס האָבן זיך פֿאַרהאַקט בײַ דער גאַס קאָרדאָוואַ וואָס איז געלאָפֿן אין דער ברייט, איז די גאַס פּאַסאָ געווען אַ שטילע גאַס מיט ווייניק לויפֿנדיקע אויטאָמאָבילן אַפֿילו ווען אַרום איר זענען געלאָפֿן רוישיקע ברייטע צענטראַלע גאַסן ווי קאָרדאָוואַ און פּואיירעדאָן. די גאַס פּאַסאָ אין די זיבן הונדערטער איז געווען דערפֿאַר אַן אידעאַלער אָרט פֿאַר פֿוסבאָל־מעטשן און פּילקע־שפּילערײַ. אַלע קינדער און אַ טייל אײַנוווינער פֿון מײַן גאַס האָבן זיך אָפּגעגעבן מיט דעם מיט גרויסן ענטוזיאַזם.

פֿון שטענדיק אָן בין איך געווען אַ פֿאַרברענטער פֿוטבאָליסט, ווי עס פּאַסט פֿאַר קינדער. ווען איך פֿלעג ווי אַ קינד פֿאָרן מיטן טראַמווײַ צוזאַמען מיט באָבע חווה־לאה און מײַן מאַמע, כאַפּן פֿרישע לופֿט אויף „פּלאַסאַ פֿראַנסיאַ‟, דער רחבֿותדיקער גאָרטן אויפֿן נאָמען פֿון דער פֿראַנצייזישער רעפּובליק, פֿלעג איך זיך צוקאָאָפּטירן און שפּילן פֿוסבאָל מיט גרופּעס וואָס האָבן זיך געטראָפֿן פֿון צײַט צו צײַט אויף די גראָזן פֿון „פּלאַסאַ פֿראַנסיאַ‟, און באָבע חווה־לאה און מײַן מאַמע זײַנען געווען מײַן פּובליקום. אין יענע צײַטן האָב איך אַפֿילו געהאַט אַ פּראָפֿעסיאָנעלן צונאָמען בײַ די פֿוסבאָל־שפּילער. ווײַל איך האָב געטראָגן ברילן, געווען אַלט 7, 8 אָדער 9 יאָר, און געשפּילט פֿוסבאָל טראָגנדיק די ברילן (אויף שפּאַניש „לענטעס‟), האָבן די גויים פֿוטבאָליסטן מיר אַ נאָמען געגעבן „לענטעכיטאַ‟.

בײַ באָבע חווה־לאהן האָב איך זיך אויסגעלערנט, לויט איר ייִדיש, אָנצורופֿן מײַנע עסקים אין „פּלאַסאַ פֿראַנסיאַ‟ – פֿוסבאָל. מײַן באָבע האָט, ווי געזאָגט, גערעדט נאָר ייִדיש, די שפּראַך וואָס זי האָט געירשנט בײַ אירע אָבֿות־אָבֿותיה וועלכע האָבן גערעדט ייִדיש במשך הונדערטער יאָרן אין מיזרח־אייראָפּע, אין סטאָלפּצע און אין פּינסק. אַ מאָל איז עס געווען רוסלאַנד און אַ מאָל – פּוילן. מײַן מאַמע האָט מײַנע שפּילערײַען נישט אָנגערופֿן פֿוסבאָל, נאָר פֿוטבאָל, ווײַל זי האָט שוין יאָ גערעדט שפּאַניש צוזאַמען מיט ייִדיש און מיט העברעיִש, ווײַל מײַן מאַמע האָט זיך געלערנט העברעיִש אין פּינסק אין דער „תּרבות‟־נעץ פֿון העברעיִשע שולן.

אין באָבע חווה־לאהס ייִדיש פֿלעג איך הערן אַ שלל מיט סלאַווישע ווערטער פֿון רוסישן און פּוילישן קאָמפּאַנענט. אָט די ווערטער האָבן זיך אײַנגעבירגערט אין מײַן באָבעס ייִדיש, און האָבן אויפֿגעהערט צו קלינגען אין מײַנע אויערן ווי רוסיציזמען אָדער פּאָלאַניזמען. ריידנדיק ייִדיש האָט די באָבע נישט געזאָגט: „איך האָב זיך באַמיט‟, נאָר: „איך האָב זיך געסטאַרעט‟. ווען באָבע חווה־לאה פֿלעגט זאָגן: „ס’האָט זיך געמאַכט אַ סלוטשאַי‟, אַנשטאָט „ס’איז געשען אַ געשעעניש‟, האָט זי געמיינט צו זאָגן אַז עפּעס איז געשען אומדערוואַרטערהייט. ווען די באָבע פֿלעגט אַ פֿרעג טאָן: „וואָס איז די פּריטשינע?‟ האָט זי געמיינט: וואָס איז די סיבה דערפֿאַר?

אַלע זונטיק האָב איך זוכה געווען צו אַנטוויקלען אויף אונדזער גאַס גאָר באַזונדערע פֿוסבאָל־טאַלאַנטן: די דרום־אַמעריקאַנער סטודענטן – מײַנע שכנים – האָבן אויסגעטראַכט פֿון אַמוזירונגס וועגן אַ פּילקעשפּיל וואָס זיי האָבן אָנגערופֿן אויף שפּאַניש כועגיטאָ (Jueguito); דאָס הייסט, אַ שפּילצײַג מיט אַ פּילקע. אַלע זונטיק האָבן מיר זיך פֿאַרזאַמלט אויף אונדזער גאַס, זעקס צי זיבן שפּילער, און אַ גומענע פּילקע, גרויס ווי אַ קליינער אַרבוז, איז אַרײַן אין קאָן. כועגיטאָ איז געווען אַ שפּיל אויפֿן מאַטעמאַטישן געביט פֿון טריגאָנאָמעטריע, אָדער בעסער געזאָגט – אַ געאָמעטרישער שפּיל אין רוים, אַ שפּיל וואָס פֿלעגט שאַפֿן אין דער לופֿטן אַבסטראַקטע פֿאַנטאַסטישע דרײַעקן, קאַטעטן און היפּאָטענוזן וואָס די פּילקע האָט געצייכנט אין דער לופֿטן, פֿליִענדיק פֿון איין שפּילער צום אַנדערן – צייכענונגען פֿון געאָמעטרישע ווינקלען און דרײַעקן, וואָס אין אַן אויגנבליק לעבן זיי אויף, און אין אַן אויגנבליק פֿאַרשווינדן זיי. אָט די אַלע צייכענונגען אין דער לופֿטן ווערן געשאַפֿן מיט דער פּילקע וואָס פֿליט פֿון איין שפּילער צום צווייטן, אין גלײַכע ליניעס, אָדער אין רונדע בויגנס פֿון אונטן אַרויף און פֿון אויבן אַראָפּ – נישט אָנרירנדיק די אַספֿאַלטירטע אָדער ברוקירטע גאַס.

אָט די פּילקעשפּיל האָט זיך געמוזט האַלטן לויט די אײַזערנע כּללים: אין דעם מאָמענט ווען די שפּילער הייבן אָן איבערגעבן די פּילקע צווישן זיך, ווערט פֿאַרבאָטן אַז זי זאָל פֿאַלן אויף דער ערד, און די שפּילער טאָרן זי נישט אָנרירן מיט די הענט. אַזוי אַרום האָט מען באַדאַרפֿט אָנהאַלטן די פּילקע אין דער לופֿטן וואָס מער צײַט. די לענג פֿון דער צײַט וואָס די שפּילער האָבן אָנגעהאַלטן די פּילקע אין דער לופֿטן, איבערגעבנדיק זי (אָן הענט) איינער דעם צווייטן, ביז די פּילקע פֿאַלט אויף דרערד, פֿאַרוואַנדלט זיך יעדעס מאָל אין אַן אָפּוס פֿון פֿיזישער גימנאַסטיק. די שפּילער מוזן פֿרײַ לאָזן אַלע זייערע אבֿרים שפּילן אָן הענט. אַלע זייערע ביינער זאָגן שירה: „גאָט, וואָס פֿאַר אַ וווּנדערשיינע געאָמעטריע!‟ (לויט תּהילים לה, 10)… דאָס זײַנען געווען לופֿטשטריכן אָנגעצייכנט אין אונדזער דמיון און אויפֿגעכאַפּט פֿון אונדזער אויג במשך אַ שפּליטער סעקונדע בעתן פֿלי פֿון דער פּילקע צווישן די שפּילער.

די כּללים פֿון כועגיטאָ (Jueguito): מע מעג איבערגעבן די פֿליִענדיקע פּילקע וואָס „שפּאַצירט‟ אין דער לופֿטן צווישן די שפּילער, נאָר מיט דער הילף פֿונעם קאָפּ, פֿון אַ ריר מיט די אַקסלען, אויפֿהייבנדיק אַ קני, מיט אַ לײַכטן זעץ פֿון אָפּזאַץ (קנאַפֿל) פֿון שוך, דורך אַ קאָמבינאַציע פֿון די דערמאָנטע אבֿרים, אָדער אַפֿילו מיט אַן אָפּהאַלט פֿון דער ברוסט…

כועגיטאָ איז בײַ אונדז געווען אַ קונסט. אַ קונסט פֿון פּינקטלעכקייט, פֿון אָנהאַלטן אַ גלײַכגעוויכט, אַ גאַסנקונסט פֿון פֿלינקע רעאַקציעס, גיכע אויסרעכענונגען פֿון כּוח־אָנווענדונגען, אַקטיוויזירונג פֿון אַן אינטעליגענץ ווי אַזוי זיך צו אָריענטירן אין רוים, אַ בריהשאַפֿט צוזאַמען מיט אַן עסטעטישן גענוס.

ליטעראַטור־טעאָרעטיקער מאַכן אַן אונטערשייד צווישן אַ סעמאַנטישער שפּראַך און אַ פּאָעטישער. זיי טענהן אַז דער מענטשלעכער דיבור איז געשאַפֿן געוואָרן ווי אַ קאָמוניקיר־מיטל און דערפֿאַר איז די טאָגטעגלעכע שפּראַך איינדײַטיק, אָדער פּרוּווט זײַן קלאָר און איינפֿאַך, כּדי דער באַטײַט פֿון װאָרט זאָל זײַן פֿאַרשטענדלעך און „טעכניש‟. למשל, אין אַ בראָשור מיט אָנווײַזונגען ווי אַזוי צו אַרבעטן מיט אַ וואַשמאַשין, איז אַ קנעפּל – אַ קנעפּל, גיין רעכטס הייסט – גיין רעכטס, טעמפּעראַטור איז טעמפּעראַטור, און די גאַנצע בראָשור רעדט אַ טעכנישן לשון – אָן איבעריקע געפֿילן, אָן התלהבֿות, אָן זיך איבערנעמען. אין פֿאַרגלײַך, װערט אַ פּאָעטישע שפּראַך געבוירן אין דעם מאָמענט ווען דער צוקוקער שטייט פֿאַר אַן אויסערגעוויינלעכער, פֿאַרכאַפּנדיקער דערשײַנונג, און מוז באַשרײַבן זײַנע עמאָציעס מיט ווערטער וואָס שטײַגן איבער די טאָגטעגלעכע שפּראַך. דאַן מוז ער, געצוווּנגען פֿון זײַנע עמאָציעס, אויסטראַכטן נײַע אימאַזשן און מעטאַפֿאָרן, כּדי גובֿר זײַן די באַגרענעצטע טאָגטעגלעכע שפּראַך. דעמאָלט הייבט ער אָן ניצן אַ פּאָעטישע שפּראַך אין וועלכער די ווערטער באַקומען נישט נאָר דענאָטאַציעס (איינדײַטיקייט), נאָר אויך און דער עיקר – קאָנאָטאַציעס (פֿילדײַטיקייט).

אָט דער כועגיטאָ־שפּיל האָט מיך אויף אַזוי פֿיל פֿאַרכאַפּט בעת איך בין געווען אַ טייל פֿון אָט דעם קינסטלערישן ספּעקטאַקל, אַז איך האָב יאָרן שפּעטער פֿאַרפֿאַסט אַ ליד אויף ייִדיש באַשרײַבנדיק אָט די געשעעניש – און עס אַפֿילו אָפּגעדרוקט אין זשורנאַל יוגנטרוף, נומער 10־11, וואָס איז דערשינען אין ירושלים אין יאָר 1967, אונטער אַ פּסעוודאָנים – כוליאָ בן־שמואל.

שפּילן פֿוסבאָל אין אונדזער גאַס, אַלע זונטיק, איז געווען פֿאַרבונדן מיט אַ נישט־קליינער סכּנה. די פּאָליציי פֿון 7טן קוואַרטאַל אין בוענאָס־אײַרעס האָט אונדז נישט פֿאַרגונען, און אפֿשר האָט עקזיסטירט אַ שטאָט־רעגולאַציע וואָס האָט זיי געצוווּנגען אונדז צו רודפֿן איבער דעם וואָס מיר שפּילן פֿוסבאָל אויף אַ גאַס – נישט לעגאַל. אין יענע יאָרן האָט עקסיסטירט אין בוענאָס־אײַרעס אַ פּאָליציי־אַמט פֿון אַ ראָג־פּאָליציאַנט (beat cop) וואָס האָט באַדאַרפֿט שטיין אין ראָג גאַס און אָפּהיטן דעם סדר, און באַשטראָפֿן פֿאַר עבֿירות אַרום דעם בלאָק. מיר, די פֿוסבאָל־שפּילער, זײַנען געווען אין די אויגן פֿון דער פּאָליציי אַ חבֿרה פֿאַרברעכער וואָס מאַכן אַ רעש אין גאַס, בלאָקירן כּבֿיכול דעם נאָרמאַלן פֿאַרקער פֿון די אויטאָמאָבילן, לאָזן די שכנים נישט צו רו װײַל מיר מאַכן קאַליע זייער סיעסטאַ, און בפֿרט װאָס מיר מעשײַען [שטערן] די רו פֿון דעם פֿראַנצייזישן ריכטער װען אונדזערע פּילקעס זענען אַרײַנגעפֿאַלן צו אים אויפֿן באַלקאָן.

פֿון צײַט צו צײַט האָבן די פּאָליציאַנטן געמאַכט אויף אונדז אָבלאַוועס. די אָבלאַוועס האָבן זיך אַנטוויקלט אַזוי: בײַם אָנהייב האָט זיך באַװיזן אַ פּאָליציאַנט אויפֿן ראָג פֿון די גאַסן פּאַסאָ און סאַן לואיס, און ווײַל מיר האָבן מורא געהאַט מע זאָל אונדז אַרעסטירן, פֿלעגן מיר זיך צעלויפֿן אין אַלע ריכטונגען דורך דעם ראָג פֿון די גאַסן פּאַסאָ און קאָרדאָוואַ אין אַנדער שפּיץ גאַס. און אַזוי ווי איין פּאָליציאַנט קען נישט כאַפּן מיט איין מאָל זעקס צי אַכט פֿוסבאָל־שפּילער וואָס צעלויפֿן זיך סײַ רעכטס סײַ לינקס אויף דער גאַס קאָרדאָוואַ, האָבן מיר זיך געראַטעוועט. אָבער ווי שטייט אין תּנך: „זאָל דער וואָס גורט זיך ערשט אָן, זיך ניט רימען ווי דער וואָס בינדט זיך שוין אָפּ (מלכים א כ, 11), אַז דער פּאָליציאַנט דערשײַנט און מיר מאַכן אַ ויבֿרח, זײַנען מיר נאָך נישט געראַטעוועט, ווײַל דער וואָס אַנטלויפֿט לינקס אויף דער גאַס קאָרדאָוואַ, מוז גלײַך אויפֿהערן לויפֿן און אָנהייבן גיין פּאַמעלעך אין דער ריכטונג פֿון אונדזער צײַטונג־ און זשורנאַלן־פֿאַרקויפֿער, גלײַך ווי ער וואָלט געווען אַ נאָרמאַלער דורכגייער. ווײַל אויפֿן ראָג פֿון די גאַסן קאָרדאָוואַ און פּואיירעדאָן, אין מיטן גאַס אין טרעפֿפּונקט פֿון אָט די ברייטע און רוישיקע גאַסן, איז געשטאַנען אַן איינשטאָקיקע קײַלעכדיקע בודקע פֿון דער פּאָליציי. אויף דער בודקע קלעטערט מען אַרויף אויף אַן אײַזערנעם לייטער, און דאָרט שטייט אַ פֿאַרקער־פּאָליציאַנט מיט ווײַסע הענטשקעס און דיריגירט דעם טראַפֿיק. ער צעשפּרייט ביידע הענט אין די זײַטן און דער טראַפֿיק אַנטקעגן אים שטעלט זיך אָפּ, גיט ער אַ סווישטש מיט אַ פֿײַפֿל אין מויל און דער טראַפֿיק פֿון דרום קיין צפֿון און פֿון צפֿון קיין דרום רירט זיך און פֿליסט. דערנאָך גיט ער זיך אַ דריי אויס, צעשפּרייט די הענט, מיט אַ סווישטש, און דער טראַפֿיק פֿון מיזרח קיין מערבֿ און פֿון מערבֿ קיין מיזרח רירט זיך און פֿליסט.

דערפֿאַר איז געווען כּדאי צו אַנטלויפֿן רעכטס אויף דער גאַס קאָרדאָוואַ. אין בוענאָס־אײַרעס האָבן מיר געגעבן אַ צונאָמען דערפֿאַר װאָס די פּאָליציאַנטן האָבן געטראָגן מונדירן מיט בלישטשנדיקע מעשענע קנעפּלעך, האָבן יעדער פּאָליציאַנט געהײסן בײַ אונדז „דער קנעפּלעך‟ (El Botones). אַזוי ווי „דער באָטאָנעס‟ איז געווען אַ סך עלטער פֿון אונדז און שווער־גופֿיקער, פֿלעגט ער נישט מצליח זײַן אונדז צו כאַפּן און אַרעסטירן (פֿון דער ווײַטנס פֿלעגן מיר אים דערבליקן און אַנטלויפֿן). די פּאָליציי האָט זיך נישט אונטערגעגעבן, און מיט דער צײַט זײַנען אירע אָבלאַוועס געוואָרן אַלץ שווערער און שווערער. צו מאָל פֿלעגט די פּאָליציי מיט אַ מאָל זיך באַװײַזן פֿון ביידע עקן גאַס און אונדז אַטאַקירן פֿון ביידע זײַטן און אונדז אַרומצאַמען. מיר זײַנען אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ פּאַסטקע. די מער דרײסטע פֿון אונדז פֿלעגן אַרײַנלויפֿן אין אַ בנין, אַרויפֿלויפֿן אויף טרעפּ, און פֿון ערשטן שטאָק אַראָפּשפּרינגען אין הויף פֿון דאָניאַ סאַראַ, אָדער אין הויף פֿון דעם קאָנווענטיזשאָ (זע אין צווייטן טייל פֿון אָט די זכרונות), פֿינף מעטער אונטער זיי. מיר האָבן פֿאַרשטאַנען… בלית ברירה האָבן מיר אַוועקגעשטעלט אונדזערע אויסשפּירער אין ביידע עקן גאַס כּדי צו שלאָגן טרעוואָגע (דעם אַלאַרם).

בײַ אונדז אין שטוב איז געווען שבת קודש אָבער אין אַרגענטינע איז פֿוסבאָל אַלע זונטיק געווען קודש־הקודשים.

די באָבע חווה־לאה איז בכלל נישט געווען קײן דאָגמאַטישער מענטש. זי האָט געהאַט אַ טיפֿן פֿאַרשטאַנד און געקענט די מענטשלעכע נאַטור. זי האָט קיין מאָל נישט געהאַט קיין שום טענה צו אירע צװײ זין (דער פֿעטער יוסף און דער פֿעטער הערשל) איבער זייער פֿאָרן אום שבת. באָבע חווה־לאה האָט אויך פּאָזיטיוו זיך באַצויגן צו מײַנע פֿוסבאָל־נאַפּאַדן, נישט געקוקט אויף דעם וואָס דאָס איז געווען אַ טייל פֿון דער קולטור בײַ גויים – נישט קיין ייִדישע זאַך. באָבע חווה־לאה איז אין תּוך גענומען געווען אַ ליבעראַלער מענטש וואָס פֿרייט זיך מיט דעם וואָס יעדער איינער אַנטוויקלט זיך לויט זײַנע אייגענע כּוחות, אויף וועלכן געביט עס זאָל נישט זײַן.

איך קלער אָפֿט װעגן דער באָבע חווה־לאהס לאַנג פֿילפֿאַרביק לעבן — װי זי איז געבוירן געװאָרן מן־הסתּם אין סטאָלפּצע (שטייבץ), דערנאָך אַוועק וווינען אין פּינסק, פֿון פּינסק עמיגרירט קיין אַרגענטינע, און שוין אויף דער עלטער — עולה געווען מיט מײַן מאַמען קיין ישׂראל, זיך באַזעצט אין ירושלים און זוכה געווען צו האָבן פֿאַרגעניגן פֿון אוראייניקלעך געבוירענע אין הייליקן לאַנד. בײַ מיר איז די באָבע חווה־לאה געווען אַן עקזעמפּלאַרע געשטאַלט, און דערצו אַ וויכטיקער טייל פֿון מײַן פּערזענלעכער און ייִדישער אידענטיטעט.