ווידעאָ: זעט די רירנדיקע „געטאָ־נאַכט‟־פּראָגראַם

Video: Watch the Moving Ghetto-Night Program

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published August 08, 2018.

ס׳איז לעצטנס אַרויסגעלאָזט געוואָרן אַ ווידעאָ פֿון אַ הזכּרה־צערעמאָניע אויף ייִדיש און ענגליש וואָס די קעמפּערס און אויפֿפּאַסערס פֿון „קעמפּ־המשך‟ פֿלעגן פֿאָרשטעלן יעדן זומער ווי אַן אָנדענק נאָך די קעמפֿער און קרבנות פֿונעם וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד.

די אוניקאַלע חורבן־הזכּרה, וואָס עס האָבן אַליין געשאַפֿן עטלעכע אויפֿפּאַסערס במשך פֿון די 1960ער יאָרן, בינדט צונויף ייִדישע לידער פֿון די געטאָס און לאַגערן מיט גבֿיות־עדותן פֿון די קעמפֿער, וואָס האָבן זיך געשטעלט מיט וואָפֿנס קעגן די דײַטשן. די פּראָגראַם, וואָס מע האָט פֿאָרגעשטעלט דעם 22סטן אַפּריל בײַם „מוזיי פֿון דער ייִדישער קולטור־ירושה‟ אין מאַנהעטן, האָט אָרגאַניזירט סאַבינע ברוקנער און זלמן מלאָטעק. עס האָבן אין איר אָנטייל גענומען אַרום 40 מענטשן.

דער פּראָפֿעסיאָנעל־געמאַכטער ווידעאָ ווערט באַגלייט מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך.