אַ קוק צוריק צום ייִדישן אַמאָל פֿון פּרעשבאָריק

Looking Back At Bratislava's Yiddish Past

די הויפּטשיל אין פּרעשבאָריק
Paul Glasser/Wikimedia
די הויפּטשיל אין פּרעשבאָריק

פֿון הערשל גלעזער

Published August 09, 2018.

ס׳אַלע מאָל אַ מאָדנע געפֿיל דאָס זײַן אין אַזוינע שטעט װי װאַרשע, װין און פּראָג. נישט איין מאָל איז מיר אויסגעקומען צו שרײַבן װעגן דעם, אַז די שטעט האָבן עפּעס נישט קיין פּנים װען מע װייסט, אַז ביזן חורבן זענען דאָס געװען ייִדישע שטעט, בשעת הײַנט איז די צאָל ייִדן דאָרטן איבערצוציילן אויף די פֿינגער.

נישט נאָר אין כּמות גייט עס אָבער, נאָר אויך אין איכות. אַזאַ שטאָט װי פּראָג האָט קיין מאָל נישט געהאַט קיין גאָר גרויסע צאָל ייִדן, אָבער גרויסע ייִדן יאָ, מיטן מהר״ל (דער גרויסער רבֿ וואָס זאָל האָבן געשאַפֿן דעם גולם) בראָש. אַנדערע מיזרח־אייראָפּעיִשע שטעט, גרויסע און קליינע, זענען געװען באַקאַנט לאַװ־דװקא מיט גרויסע צאָלן ייִדן, נאָר, מיט, אַ שטייגער, זייערע ישיבֿות: טעלדז, װאַלאָזשין, (דאַ)מיר אאַז״װ.

אָט דאָ װילט זיך געבן אַן עליה אַ שטאָט װאָס װערט מיין װי אַ ביסל פֿאַרשאָטנט פֿון אירע גרעסערע „שװעסטער‟ — די װאָס הייסט אויף ייִדיש פּרעשבאָריק און אויף סלאָװאַקיש: Bratislava. אין דעם מאָמענט געפֿין איך זיך טאַקע אין אָט דער שטאָט, איז נישט מיין װי רעכט, כ׳זאָל איבערגעבן דעם רושם װאָס זי מאַכט אויף מיר.

דאָס איז אַ שטאָט פֿון איבער 400,000 אײַנװױנערס, די קרוינשטאָט פֿון אַ גאַנץ נײַער מלוכה — סלאָװאַקײַ. נישט קיין כּרך, נאָר דורך די הונדערטער יאָרן װאָס סלאָװאַקײַ האָט געהערט צו אונגערן איז פּרעשבאָריק געװען אַ װיכטיקע שטאָט: אין 16טן, 17טן און 18טן י״ה פֿלעג מען דאָ באַקרוינען די אונגערישע קיניגן. ביז 1918 איז די שטאָט געװען באַװױנט דערעיקרשט פֿון דײַטשן און אונגערן, מיט אַ קלענערער צאָל ייִדן און סלאָװאַקן; נאָך דעם האָט מען געזען דאָ צו באַזעצן װאָס מער סלאָװאַקן.

בײַם הײַנטיקן טאָג, נאָכן חורבן און נאָכן אַרױסטרײַבן ס׳רובֿ דײַטשן און אונגערן, איז די שטאָט אַ ריין סלאָװאַקישע. ערבֿ דעם חורבן האָבן דאָ געװױנט אַן ערך 15,000 ייִדן; הײַנט װױנען דאָ צװישן 500 און 1,000, און בלויז איין שול איז פֿאַרבליבן. מע האָט מיר איבערגעגעבן, אַז שבת איז דאָ אַ מנין, נאָר די ייִדן זעען זיך אין גאַנצן נישט אָן, בשעת אינעם נישט־ווײַטן אַמאָל האָט מען נאָך געזען אין די גאַסן שוואַרץ־אָנגעטוענע פֿרומע ייִדן.

די גרעסטע פֿיגור בײַ פּרעשבאָריקער ייִדן איז געװען דער חתם־סופֿר, אַ דײַטשישער ייִד װאָס איז געװאָרן דער הויפּט־רבֿ אין אָט דער שטאָט. די פּרעשבאָריקער ישיבֿה, וואָס ער האָט זי פֿאַרלייגט איז בשעתּו געװאָרן אַ שם־דבֿר און פֿונקציאָנירט טאַקע ביזן חורבן. חוץ דעם איז דער חתם־סופֿר געװען אַ ייִדישיסט אויף זײַן אופֿן, ענלעך צו די הײַנטיקע חרדים: אָנהייב 19טן י״ה האָבן סלאָװאַקישע ייִדן, װאָס האָבן ביז דעמאָלט ס׳רובֿ געהיטן מיצװת און גערעדט ייִדיש, צו ביסלעך אָנגעהויבן אַראָפּצוגיין פֿונעם דרך־הישר — געװאָרן אָפּגעלאָזן מיט מיצװת און אַריבערגעגאַנגען אויף דײַטשיש אָדער אונגעריש. איז דער חתם־סופֿר געװען שטאָל־און־אײַזן פֿאַר מאַמע־לשון, כּדי ייִדן זאָלן בלײַבן ייִדן.

דער חתם־סופֿר
Wikimedia
דער חתם־סופֿר

איז דאָ כּדאַי אָנצוּווײַזן אויף דער „פּראָבלעם“ וואָס דערפֿון האָט ביז דער צווייטער וועלט־מלחמה „געליטן“ גאַנץ מיזרח־אייראָפּע: נישט נאָר די „יודען־פֿראַגע“, נאָר בכּלל דאָס אומעטומיקע פֿעלקער־געמיש — בפֿרט ווען די שטעט האָט באַוווינט אַן אַנדער פֿאָלק ווי אין די דערפֿער. בײַם הײַנטיקן טאָג דאַכט זיך אונדז אפֿשר, אַז דאָס אויסלעבן זיך בײַנאַנד מיט אַנדערע פֿעלקער איז גאָר אַ גרויסע זאַך, וואָס מע דאַרף היטן ווי אַן אויג אין קאָפּ: אָט האָב איך נישט לאַנג געלייענט וועגן אַ וואָלינער ייִד, וואָס האָט נעבעך נישט געקענט קיין פֿרעמדע שפּראַכן — בלויז ייִדיש, לשון־קודש, רוסיש, פּויליש און אוקראַיִניש. ווען ער וואָלט שטודירט ענגליש אָדער פֿראַנצייזיש וואָלט דאָס ערשט געהייסן „פֿרעמדע שפּראַכן“, אָבער אַלע אָרטיקע זענען אים דאָך געווען היימישע.

וואָלט מען געקענט מיינען, אַז אין יענער צײַט וואָלטן אויך די פֿעלקער עס געהאַלטן פֿאַר אַ מעלה. צום צער האָבן זיך צו פֿיל אײַנגערעדט, אַז פֿאַרקערט: יעדע מלוכה געהערט צו איין פֿאָלק, זענען אַלע אַנדערע אומגעוווּנטשענע. על ראשון ראשון רעדט זיך דאָך וועגן ייִדן, אָבער נישט נאָר: פּאָליאַקן אין אוקראַיִנישע, רײַסישע און ליטווישע שטעט, פֿון לעמבעריק ביז ווילנע, האָט מען אָדער אויסגעהרגעט אָדער אַרויסגעטריבן; דײַטשן איבער גאַנץ מיזרח־אייראָפּע האָט מען אַרויסגעשיקט קיין דײַטשלאַנד; אונגערן אין סלאָוואַקישע און קאַרפּאַטישע שטעט, איבער הויפּט פּרעשבאָריק טאַקע — אָבער אויך, אַ שטייגער, מונקאַטש — האָבן געמוזט אַוועק קיין אונגערן. צי ס׳איז אַן עוולה וואָס נישט אַלע אַרויסגעשיקטע האָבן קאָלאַבאָרירט מיט די דײַטשן און דעריבער נישט פֿאַרדינט אַזאַ שטראָף איז אַ באַזונדערער ענין. ס׳איז אָבער פֿאָרט שווער צו באַנעמען, אַז הײַנט איז וואַרשע ריין פּויליש, ווין — ריין דײַטש, פּראָג — טשעכיש, לעמבעריק — אוקראַיִניש, פּרעשבאָריק — סלאָוואַקיש. וווּ איז אַהינגעקומען דאָס קולטור־עשירות פֿון אַמאָל?



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.