אַוואַנסירטע אינטערנעץ־קלאַסן און סעמינאַרן אויף ייִדיש דורכן ”אַרבעטער־רינג“

Advanced Online Yiddish Classes and Seminars Taught Through the Workmen’s Circle

ד׳׳ר יצחק ניבאָרסקי און ד׳׳ר מיכל וועקס
ד׳׳ר יצחק ניבאָרסקי און ד׳׳ר מיכל וועקס

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published August 13, 2018.

במשך פֿון די לעצטע 5־6 יאָר איז דער „אַרבעטער־רינג‟ געוואָרן דער גרעסטער צענטער פֿאַר ייִדיש־קלאַסן אויף דער וועלט. לויט קאָליע באָראָדולין, וואָס פֿירט אָן מיט דער פּראָגראַם, לערנען זיך דאָרטן מער ווי 150 תּלמידים אַ זמן. דער „אַרבעטער־רינג‟ איז אויך דער פּיאָנער בײַם לערנען ייִדיש דורך דער אינטערנעץ. אַ דאַנק זייער אינטערנעץ־קורסן, קען דער „אַרבעטער־רינג‟ אָנשטעלן באַרימטע לערער און ליטעראַטור־פֿאָרשער, וואָס וווינען אין אַלע עקן וועלט, אָנצופֿירן מיט די קלאַסן.

לעצטנס האָט דער „אַרבעטער־רינג‟ געשטעלט אויף זײַן וועבזײַט די רשימה פֿון אַוואַנסירטע קלאַסן און סעמינאַרן, וואָס וועלן דורכגעפֿירט ווערן אויף ייִדיש אינעם האַרבסט־זמן.

זיי נעמען אַרײַן:

  • אַ וועכנטלעכער סעמינאַר אָנגעפֿירט פֿון ד׳׳ר יצחק ניבאָרסקי וועגן די ווערק פֿון די רומענישע ייִדישע שרײַבער (איציק מאַנגער, אַלכּסנדר שפּיגלבלאַט, יהודה שטײַנבערג און אַנדערע).

  • צוויי וועכנטלעכע סעמינאַרן אָנגעפֿירט פֿון ד׳׳ר אַבֿרהם ליכטענבאַום געווידמעט די שרײַבער יעקבֿ גלאַטשטיין און אַבֿרהם רייזען.

  • אַ וועכנטלעכער קלאַס אָנגעפֿירט פֿון ד׳׳ר יצחק ניבאָרסקי וועגן וואָקאַבולאַר, שפּראַך־באַנײַונג און נעאָלאָגיזמען.

  • אַ וועכנטלעכער סעמינאַר אָנגעפֿירט פֿון ד׳׳ר גענאַדי עסטרײַך געווידמעט די ייִדישע שרײַבערינס פֿון 20סטן יאָרהונדערט, אַרײַנגערעכנט: קאַדיע מאָלאָדאָווסקי, רחל בוימוואַל, שׂרה רייזען, חנה לעווין און לילי בערגער.

  • אַ וועכנטלעכער סעמינאַר, אָנגעפֿירט פֿון ד׳׳ר מיכל וועקס, וועגן איציק מאַנגערס הומאָריסטישן ראָמאַן ”דאָס בוך פֿון גן־עדן.“

  • אַ סעמינאַר, אָנגעפֿירט פֿון ד׳׳ר דובֿ־בער קערלער, וועגן דער מאָדערנער ייִדישער פּאָעזיע.

אין ניו־יאָרק וועט קאָליע באָראָדולין אָנפֿירן מיט אַ סעמינאַר געווידמעט די ווערק פֿונעם ייִדישן און העברעיִשן פּאָעט זלמן שניאור. דער קלאַס וועט זיך זיך טרעפֿן פּנים־אל־פּנים בײַם ”אַרבעטער־רינג.“

די קלאַסן קאָסטן $245 פֿאַר מיטגלידער פֿונעם ”אַרבעטער־רינג“ און $340 פֿאַרן ברייטן עולם.

נאָך אינפֿאָרמאַציע באַזוכט: https://circle.org/what-we-do/yiddish-language/online-yiddish-class-descriptions/.