שופֿטים ושוטרים

Law And Justice

Yehuda Blum

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published August 16, 2018.

„באַשטימט שופֿטים ושוטרים [דיינים און אויפֿזעער] וואָס זאָלן יושרדיק מישפּטן דעם עולם און פֿאַרזיכערן, אַז מע פֿאָלגט דעם פּסק־דין.‟

מיט אַזאַ מיצווה הייבט זיך אָן די הײַנטיקע פּרשה. דרײַ מאָל אַ טאָג בעטן מיר דעם אייבערשטן אין שמונה־עשׂרה: „השיבֿה שופֿטינו כּבֿראשונה ויועצינו כּבֿתּחילה‟ - ברענג אונדז צוריק אונדזערע שופֿטים און עצה־געבערס ווי אַמאָל. הגם די דאָזיקע ווערטער האָבן אַ קלאָר שײַכות צו אונדזער פּרשה, איז כּדאַי צו באַמערקן אַ וויכטיקן מאָמענט: מיר בעטן שופֿטים, אָבער די שוטרים און אויפֿזעער – נישט.

דער לעצטער ליובאַוויטשער רבי, מנחם־מענדל שניאורסאָן, וועלכער האָט גאָר אַ סך גערעדט וועגן משיחס צײַטן, האָט באַטאָנט, אַז אין משיחס צײַטן וועט יעדער מקיים זײַן די מיצוות אויף אַ נאַטירלעכן פֿרײַוויליקן אופֿן, אָן קיין צוואַנג. אַדרבה, אין די הײַנטיקע צײַטן זענען מיר שוין גרייט אַזוי צו טאָן; הגם מיר נייטיקן זיך אין גוטע עצות, דאַרפֿן מיר נישט קיין „מאָראַל־פּאָליציי‟ איבער אונדזערע פּלייצעס צו דיקטירן וואָס צו טאָן.

פֿאַר אַ הײַנטצײַטיקן מערבֿדיקן מענטש איז די שיטה פֿונעם ליובאַוויטשער רבין גאַנץ פֿאַרשטענדלעך. אין אַ טיפּישן בית־חב״ד קומען אַ סך וועלטלעכע ייִדן. דער פֿרומער „יאָדער‟ פֿון אַ ליובאַוויטשער שיל באַשטייט פֿון אַ קליינער צאָל יחידים – אָפֿטמאָל, בלויז דער שליח מיט זײַן משפּחה. ביסלעכווײַז, ווערן די באַזוכער פֿון אַזאַ קהילה – לאַוו־דווקא מתפּללים אינעם טראַדיציאָנעלן זין פֿון וואָרט – צוגעצויגן צו ייִדישקייט. דאָס מיינט נישט, אַז זיי ווערן טאַקע פֿרום. די מענער הייבן אָן לייגן תּפֿילין, די פֿרויען – אָנצינדן די שבת־ליכט וכּדומה. אין אַזאַ אַטמאָספֿער, ווען יעדער קלײַבט אויס זײַנע באַליבטע מיצוות ווי אין אַ מין „בופֿעט‟, באַווײַזן זיך כּסדר יחידים, וואָס באַשליסן צו ווערן טאַקע עכטע ליובאַוויטשער.

ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז די עכטע חב״דניקעס האָבן צווישן זיך אייגענע „שופֿטים ושוטרים‟, וואָס האַלטן גאַנץ שרענג אַן אויג אויף די אייגענע מענטשן, וואָס באַטרעפֿן, ווי געזאָגט, דעם דערמאָנטן יאָדער פֿון די קהילות. פֿון דעסט וועגן האָט חב״ד טאַקע געשאַפֿן בדרך־כּלל אַ פּראַקטישער מוסטער פֿון ייִדישקייט, וואָס באַגייט זיך אָן „שוטרים‟, וווּ די רבנים דינען בלויז ווי עצה־געבער. זיי זענען נישט בכּוח צו צווינגען אַ זײַטיקן ייִד אין זייער שיל צו פֿאָלגן זייער פּסק מחוץ די טירן פֿון דער שיל – און צומאָל אַפֿילו אינעווייניק, אויב די פּערזענלעכע אָפּווײַכונג פֿונעם פֿרומען לעבנס־שטייגער וואַרפֿט זיך נישט צו בולט אין די אויגן.

די הײַנטיקע ייִדן אין אייראָפּע און אַמעריקע זענען שוין לאַנג צוגעוווינט, אַז רעליגיע איז אַ פּריוואַטער עסק פֿון יעדן יחיד, שטרענג אָפּגעטיילט פֿון דער מלוכה. אויף דער איסלאַמישער וועלט קוקט דער מערבֿ מיט אַ חשד, ווײַל דאָרטן געוועלטיקן טאַקע „שופֿטים ושוטרים‟, וואָס צווינגען דעם עולם צו פֿאָלגן די רעליגיעזע געזעצן און באַשטראָפֿן די פֿאַרברעכער צומאָל גאַנץ האַרב.

בײַם אָנהייב פֿון אונדזער סדרה שטייט געשריבן, אַז אויב אַ בית־דין געפֿינט אויס, אַז אַ מאַן צי אַ פֿרוי איז שולדיק אינעם דינען די זון אָדער די לבֿנה ווי אַן עבֿודה־זרה, דאַרף מען פֿאַר אַזאַ עבֿירה פֿאַרשטיינערן אויף טויט. בײַ אַ הײַנטיקן מערבֿדיקן מענטש שמעקט עס, אַוודאי, מיטן מיטל־עלטערלעכן צי איסלאַמיסטישן אַכזריות.

ווי ס׳איז באַקאַנט, דערקלערן די חז״ל, אַז למעשׂה האָט מען אין דער ייִדישער געשיכטע זייער זעלטן פֿאַרמישפּטן צום טויט פֿאַר וועלכע־ניט־איז עבֿירות. מע קאָן זיך באַרויִקן און זאָגן, אַז אין דער תּורה ווערט באַהאַנדלט בלויז אַ טעאָרעטישע מעגלעכקייט. אויב אַזוי, פֿרעגט זיך דעמאָלט אַ פֿאַרקערטע קשיא: פֿאַרוואָס ווערן אין דער תּורה בכלל דערמאָנט טויטשטראָפֿן פֿאַר אַ גאַנץ ברייטער ריי עבֿירות?

רבי לוי־יצחק באַרדיטשעווער זאָגט אין זײַן קלאַסישן חסידישן ספֿר „קדושת־לוי‟, אַז דער באַשעפֿער האָט פֿאַרווערט אין אונדזער פּרשה זיך צו בוקן צו דער זון אָדער צו דער לבֿנה. צו אַ צדיק מעג מען זיך יאָ בוקן; אַ צדיק רעפּרעזענטירט דעם אייבערשטן אויף דער ערד. באַקומט זיך, אַז פֿאַרן בוקן זיך צו דער זון ווי צו אַן עבֿודה־זרה קומט טויטשטראָף, אָבער צו באַציִען זיך צו אַ צדיק ווי צו אַ לעבעדיקער געטלעכער אַנטפּלעקונג איז אַפֿילו אַ מיצווה.

ווען אַ מלאך האָט זיך באַוויזן צו יהושע בן־נון, באַקליידט אין אַ מענטשלעכער פֿאָרעם, האָט זיך יהושע צו אים געבוקט. די זון און די לבֿנה דרייען זיך אין הימל אויף אַ מעכאַנישן שטייגער; אויב מע בוקט זיך צו זיי, ווײַזט מען דערמיט, אַז מע פֿאַרגעטלעכט די גשמיותדיקע וועלט־אָרדערונג. אַ צדיק – צי אַ מלאך מיט אַ מענטשלעכער צורה, ווי אינעם דערמאֶָנטן פֿאַל מיט יהושע בןּ־נון – רעפּרעזענטירט לעבעדיקייט, די געטלעכע השפּעה און אָנגייענדיקע אַנטפּלעקונג אין דער וועלט. דעריבער, מעג מען זיך צו אים בוקן – פֿאַרשטייט זיך, מיינענדיק דעם באַשעפֿער אַליין, נישט פֿאַרוואַנדלענדיק דעם מענטש, חלילה, אין אַן עבֿודה־זרה.

ווי מערבֿדיקע מענטשן, זענען מיר געשטימט קעגן דעם רעליגיעזן דרוק. פֿאָרט, מוזן מיר אין אונדזער אינערלעכן רוחניותדיקן לעבן געדענקען, אַז געוויסע ענינים און געדאַנקען־גאַנגען דראָען, אין פּרינציפּ, מיט טויטשטראָף. הגם מיר דאַרפֿן נישט קיין שוטרים איבער אונדזערע פּלייצעס, מוזן מיר אַרויסווײַזן דרך־ארץ צו די עצה־געבער, וואָס פֿאַרשטייען רוחניות בעסער פֿון אונדז. אין דער זעלבער צײַט, מוזן מיר געדענקען, אַז ווען מע בוקט זיך צו עפּעס מעכאַניש פֿאַרגליווערט, באַקומט זיך אַן עבֿודה־זרה.

הגם די בוכשטעבלעכע סיסטעמען פֿון רעליגיעזן צוואַנג קלינגען פֿאַר אונדז אַלטמאָדיש, מוזן מיר זיך באַגרענעצן – און ממילא באַשטראָפֿן – זיך אַליין. קיין מאָראַל־פּאָליציי דאַרפֿן מיר הײַנט נישט האָבן, אָבער פֿון געוויסע מוסטער־יחידים דאַרפֿן מיר זיך אָפּלערנען וואָס צו טאָן, און אַפֿילו באַטראַכטן זיי ווי שליחים פֿונעם באַשעפֿער אַליין. אונדזער מישפּט קעגן זיך אַליין זאָל אָבער נישט קומען אין סתּירה מיט אונדזער סאָציאַלער פֿרײַהייט און זאָל אַרויסקומען ברוחניות צום גוטן.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.