די פּילן װאָס קענען אַלץ הײלן, אַפֿילו אומגעװאָלטע טראָגן

Pills That Can Cure Everything, Even Unwanted Pregnancies


פֿון יונה לובי

Published August 16, 2018.

[לכתּחילה געדרוקט דעם 11ן יאַנואַר 1923]

„ביטשאַמס־פּילן‟ האָבן זיך אָנגעהויבן ווי אַ „היילאַלץ‟, אַ כּלומרשטע רפֿואה אויף אַלצדינג, פֿאַבריצירט דורך טאָמאַס ביטשמאַן אין לאַנקאַשײַר, ענגלאַנד.

די פּילן האָט מען געמאַכט, צום גרעסטן טײל, פֿון אַליאָז, אימבער און זייף. כאָטש מע האָט זיי רעקלאַמירט אויף אַן ענלעכן אופֿן צו די אַנדערע „היילאַלץ‟־פּילן („זיי קענען אַרויסשטויסן גאַל, אויפֿפֿרישן דעם לעבער, אויסהיילן קאָפּווייטיקן און װײַבערישע קרענק, אַרויסטרײַבן אַלגעמײנע קראַנקייטן און סטימולירן דאָס געזונט‟), זענען די פּילן געבליבן פּאָפּולער צוליב זייער עפֿעקטיווקייט ווי אַן אָפּפֿיר־מיטל פֿאַר אַ האַרטן מאָגן. מע האָט זיי פּראָדוצירט ביז 1999.

אַחוץ דעם וואָס מע האָט זיי גענוצט ווי אַן אָפּפֿיר־מיטל זענען „ביטשאַמס־פּילן‟ געווען פּאָפּולער צוליב נאָך אַ סיבה: מע האָ געמיינט, אַז זיי קענען גורם זײַן אַן אַבאָרט. דערפֿאַר האָט מען זיי אָפֿט פֿאַרפּירסומט מיט אייפֿעמיסטישע דערקלערונגען, צוזאָגנדיק אויסצוהיילן „פֿרויערישע צרות‟. דערפֿאַר איז טאַקע כּדאי צו קלערן װאָס פּינקטלעך האָט מען געמײנט מיט דער לאָזונג „דער זיכערסטער און בעסטער פֿאַמיליען־מעדיצין.‟ די ייִדישע לייענער האָבן ווייניק־וואָס פֿאַרשטאַנען װי אַזוי אַ פֿרוי קען אויסמײַדן דאָס טראָגעדיק װערן, אָדער די פֿרוייִשע סעקסועליטעט בכלל. צוליב דעם וואָס מע געפֿינט ווייניק־וואָס ערשט־האַנטיקע גבֿיות־עדותן וועגן דער טעמע פֿון יענער תּקופֿה, זענען אַזעלכע רעקלאַמעס אַ וויכטיקן רמז וועגן דעם אופֿן ווי אַזוי מענטשן האָבן דעמאָלט אַרומגערעדט יענע ענינים.