די געשיכטע פֿון די ייִדישע קינדער־זשורנאַלן אין אַמעריקע

The Story Behind the Yiddish Children's Magazines in America

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published August 19, 2018.

[דער אַרטיקל איז לכתּחילה דערשינען דעם 20סטן אויגיסט 2017]

װאָס זײַנען ייִדן, אַ פֿאָלק צי אַ רעליגיעזע עדה? די דאָזיקע קלאָץ־קשיא איז נאָך פֿון דער צײַט פֿון דער השׂכּלה אַן ענין פֿון הײסע סיכסוכים. די פֿראַגע איז ספּעציעל װיכטיק װען עס גײט אין דער ייִדישער דערציִונג. רעליגיעזע לימודים האָבן אַן אַלטע און פֿעסטגעשטעלטע טראַדיציע בײַ ייִדן, אָבער די װעלטלעכע, נאַציאָנאַלע דערציִונג איז אַ פּראָדוקט פֿון דער מאָדערנער תּקופֿה.

כּדי צו אַנטװיקלען אַ מאָדערנע פּעדאַגאָגישע סיסטעם פֿאַר דער ייִדישער דערציִונג דאַרף מען באַענטפֿערן אַ היפּשע צאָל שװערע פֿראַגן. ערשטנס, די שפּראַך־פֿראַגע׃ ייִדיש, העברעיִש, אָדער די שפּראַך פֿונעם לאַנד? צװײטנס, אידעאָלאָגיע׃ סאָציאַליזם, ציוניזם, גלות־נאַציאָנאַליזם צי סתּם ליבעראַלער הומאַניזם? דריטנס, װי פֿאַרשטײט מען רעליגיע׃ אמונה־שלימה אין גאָט, אָדער אַ קולטורעלע ירושה, צי אפֿשר אַן אַלט אָבערגלױבעניש? ווײַטער מוז מען באַשטימען דעם תּוך און די פֿאָרמע פֿון דערציִונג. און צום לעצטן און צום בעסטן, װער װעט באַצאָלן פֿאַר אַזאַ דערציִונג?

די געשיכטע פֿון דער ייִדישער דערציִונג אין אַמעריקע ליפֿערט אַ רײַכן מאַטעריאַל פֿאַר די דאָזיקע קשיות. דאָס בוך פֿון נעמי פּראַװער קדר, „אױפֿהאָדעװען װעלטלעכע ייִדן׃ ייִדישע שולן און זײערע צײַטשריפֿטן פֿאַר אַמעריקאַנער קינדער, 1917—1950” באַטראַכט אַ װיכטיקן סעגמענט פֿון דער ייִדישער דערציִונג: פֿיר בראַנזשעס פֿון ייִדישן שולװעזן, װאָס צילעװען אױפֿצוהאָדעװען אַ נײַעם װעלטלעכן ייִדיש־רעדנדיקן דור אין אַמעריקע. קדר האָט געפֿאָרשט די פּעריאָדישע פּובליקאַציעס פֿאַר קינדער װאָס זײַנען אַרױס אונטער דער השגחה פֿון אָט די פֿיר בראַנזשעס אינעם ערשטן העלפֿט פֿונעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט.

נעמי קדרס נאָמען איז גוט באַקאַנט אַלע סטודענטן און לערער פֿון ייִדיש װי דער טיטל־נאָמען פֿון דער ייִדישער זומער־פּראָגראַם אין תּל־אָבֿיבֿ. איך האָב געהאַט די זכיה צו שטודירן ייִדישע ליטעראַטור צוזאַמען מיט נעמין אין דער גראַדויִר־שול בײַ פּראָפֿעסאָר דוד ראָסקעס אין די 1990ער יאָרן. דרײַ יאָר פֿאַר איר פֿריצײַטיקן טױט האָט זי פֿאַרטײדיקט איר דאָקטאָראַט, װאָס האָט זיך איצט דערשינען װי אַ בוך.

די גרינדער פֿון װעלטלעכע ייִדישע שולן זײַנען געװען ראַדיקאַלע פּאָליטישע אַקטיװיסטן, װאָס זײַנען אַריבערגעקומען קײן אַמעריקע מיט דער גרױסער כװאַליע פֿון דער ייִדישער אימיגראַציע פֿון רוסלאַנד אָנהײב דעם צװאַנציקסטער יאָרהונדערט. זײערע צװעקן זײַנען געװען אַמביציעז׃ ממשיך צו זײַן די ראַדיקאַלע װעלטלעכע באַװעגונג אינעם נײַעם לאַנד. צוליב דעם האָבן זײ געדאַרפֿט אױפֿהאָדעװען אַ נײַעם דור ייִדן, װאָס זאָלן צונױפֿשמעלצן ייִדישקײט מיט סאָציאַליזם, און דערצו נאָך װערן עכטע אַמעריקאַנער. אָבער די אָבֿות פֿון דער װעלטלעכער ייִדישער דערציִונג האָבן געהאַט פֿאַרשידענע השׂגות װעגן אָט די אַלע באַגריפֿן, און די חילוקי־דעותן צװישן זיי האָבן גורם געװען פֿיר פֿאַרשידענע פּעדאַגאָגישע שיטות. די פּועלי־ציוניסטישע פֿאַרבאַנד־שולן האָבן באַטאָנט ייִדישע נאַציאָנאַלע טראַדיציעס און געלערנט סײַ ייִדיש און סײַ העברעיִש; די שלום־עליכם־שולן האָבן געשטעלט דעם טראָפּ אױף דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור, די „אַרבטער־רינג”־שולן האָבן קאָמבינירט ייִדיש מיט סאָציאַליזם, און די קאָמוניסטישע „אָרדן”־שולן האָבן געבױט די גאַנצע לערן־פּראָגראַם אױף מאַרקסיסטישע יסודות.

יעדע בראַנזשע האָט געהאַט אַן אײגענע צײַטשריפֿט פֿאַר קינדער און לערערס. אין די דאָזיקע פּובליקאַציעס האָבן זיך באַטײליקט חשובֿע ייִדישע מחברים און קריטיקער, װי למשל יואל ענטין, שמואל ניגער, יוסף אָפּאַטאָשו, קאַדיע מאָלאָדאָװסקי, און רחל קאָרן. און דער אידעיִשער פֿאָקוס און אַלגעמײנער טאָן פֿון די דאָזיקע צײַטשריפֿטן האָבן זיך געענדערט מיט דער צײַט אין הסכּם מיט די ענדערונגען אין דעם אַמעריקאַנער ייִדישן ציבור.

אין „קינדערװעלט” פֿון „פֿאַרבאַנד” און אין „קינדער־צײַטונג” פֿון „אַרבעטער־רינג” איז דער פּאָליטישער ראַדיקאַליזם פֿון די ערטשטע יאָרן געװאָרן מילדער מיט דער צײַט, בעת די אַמעריקאַנישע טעמעס און פּראָבלעמען האָבן פֿאַרנומען מער פּלאַץ. די קאָמוניסטישע פּובליקאַציע „יונגװאַרג” האָט כּסדר געפֿאָלגט נאָך דער סאָװעטישער פּאָליטישער ליניע. אַלע שולעס האָבן זיך געדאַרפֿט פֿאַרנעמען מיט דער פּראָבלעם פֿון דער ירידה אין שפּראַך־קענטעניש פֿון ייִדיש און ייִדישקײט בײַם ייִנגערן דור פֿון אַמעריקאַנער ייִדישע קינדער. די צאָל ייִדישע ביכער פֿאַר קינדער איז שטאַרק געפֿאַלן אין די 1940ער יאָרן אין פֿאַרגלײַך מיטן פֿריִערן פּעריאָד. מיט דער צײַט איז מיזרח־אײראָפּע געװאָרן אַלץ װײַטער.

דאָס האָט זיך דראַמאַטיש געביטן נאָך דער „קריסטאַלנאַכט” אין 1938, װען דאָס סכּנת־נפֿשות פֿאַר אײראָפּעיִשן ייִדנטום איז געװאָרן ביז גאָר רעאַל. להיפּוך צו אַנדערע אַמעריקאַנער שולן, האָבן די ייִדישע שולן אָנגעהױבן צו דערצײלן װעגן דעם חורבן גלײַך פֿון סאַמע אָנהײב אָן. אין די ייִדישע שולן, שרײַבט קדר, „מען האָט באַטראַכט קינדער װי יונגע ייִדן, שותּפֿים אין ייִאוש, װאָס מען האָט ניט באַשירעמט — להיפּוך צו אַנדערע ייִדישע קינדער אין אַמעריקע אין יענער צײַט — פֿונעם שרעק און לײַדן װאָס זײער פֿאָלק האָט געליטן בעת דער מלחמה.” די רעאַליסטישע שילדערונגען פֿונעם חורבן האָבן געשאַפֿן אַ שטאַרקע עמאָציאָנעלע פֿאַרבינדונג צװישן ייִדיש־רעדנדיקע קינדער אין אַמעריקע און ייִדן אין מיזרח־אײראָפּע.

די ירידה פֿון דער װעלטלעכער ייִדישער דערציִונג אין אַמעריקע אין די 1950ער איז געװען אַ פּועל־יוצא פֿון עטלעכע גורמים. דער עקאָנאָמישער װױלטאָג האָט צעלאָזט די געדיכטע נעץ פֿונעם טאָג־טעגלעכן לעבן אױף ייִדישע גאַסן אין די גרױסע אַמעריקאַנער שטעט. אַמעריקאַנער ייִדן האָבן אָנגעװױרן די ייִדישע שפּראַך, און זײער ייִדישקײט האָט אָנגענומען רײן רעליגיעזע פֿאָרמעס לױטן שטײגער פֿון זײערע קריסטלעכע שכנים. דעם דאָזיקן מין ייִדישקײט האָט מען געלערנט אױף ענגליש מיט שטיקלעך לשון־קודש אין „היברו־סקולס”. זינט די 1960ער יאָרן האָט געװאַקסן אַ נײַע סיסטעם פֿון ייִדישע טאָגשולן אונטער דער השגחה פֿון אָרטאָדאָקסישע און קאָנסערװאַטיװע קהילות. ייִדיש, ליטעראַטור און װעלטלעכע קולטור בכּלל פֿאַרנעמען זײער אַ קנאַפּע ראָלע אין דעם איצטיקן אַמעריקאַנער ייִדישן שולװעזן, װאָס שטײט אױף דרײַ יסודות׃ רעליגיע, חורבן און מדינת־ישׂראל.