„ייִדישער פֿילהאַרמאָנישער פֿאָלקס־כאָר‟ וועט האַלטן פֿאַרהערן

Jewish People's Philharmonic Chorus To Hold Auditions

דער כאָר שטעלט פֿאָר אַהרן לעבעדעפֿס „רומעניע רומעניע‟ אויף אַ קאָנצערט אין 2015.
Jewish People's Philharmonic Chorus/Youtube
דער כאָר שטעלט פֿאָר אַהרן לעבעדעפֿס „רומעניע רומעניע‟ אויף אַ קאָנצערט אין 2015.

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published August 24, 2018.

אַחוץ דער פֿאָלקסבינע און דעם פֿאָרווערטס זענען ניטאָ קיין ייִדישע קולטור־אינסטיטוציעס, וואָס האָבן אַזאַ לאַנגע געשיכטע ווי דער „ייִדישער פֿילהאַרמאָנישער פֿאָלקס־כאָר‟.

דער פֿאָלקס־כאָר איז געגרינדעט געוואָרן אין 1922 אויפֿן איסט־סײַד דורכן לעגענדאַרן דיריגענט און קאָמפּאָזיטאָר לייזער ווײַנער ווי דער „פֿרײַהייט געזאַנג פֿאַראיין‟. במשך פֿון די לעצטע 96 איז ער אויפֿגעטראָטן אין אַזעלכע באַרימטע ערטער ווי „קאַרנעגי־האָל‟, „לינקאָן־צענטער‟, „סימפֿאָני־ספּייס‟, און „דעם קאַטעדראַל פֿון סאַנקט דזשאָן‟. לכתּחילה פֿאַרבונדן מיט דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, איז דער כאָר שוין לאַנג אומפּאַרטײיִש. דיריגירט זינט 1995 דורך בנימין שעכטער, פּאַסט ער זיך כּסדר צו די נײַע צײַטן. דער „ייִדישער פֿילהאַרמאָנישער פֿאָלקס־כאָר‟ איז, למשל, געווען דער ערשטער ייִדישער כאָר צו זינגען, פֿון צײַט צו צײַט, אַקאַפּעלאַ.

לעצטנס האָט שעכטער געלאָזט וויסן, אַז דער כאָר זוכט נײַע זינגער. די וואָס זענען פֿאַראינטערעסירט קענען קומען אויף אַ פֿאַרהער בײַם לאָקאַל פֿונעם „אַרבעטער־רינג‟ אין מאַנהעטן (247 וועסט 37סטע גאַס, 5טע שטאָק). די פּראָבעס וועלן פֿאָרקומען דינסטיק, דעם 28סטן אויגוסט; מיטוואָך, דעם 29סטן אויגוסט און דינסטיק, דעם 4טן סעפּטעמבער, פֿון 6 ביז 8 אַ זייגער אין אָוונט.

כּדי צו מאַכן אַ פּראָבע דאַרף מען זיך פֿאַרשרײַבן פֿון פֿריִער דורכן אָנשרײַבן אַ בליצבריװ צו Information@TheJPPC.org.