אַן „אובער‟ פֿאַר תּפֿילין?

An Uber For Tefillin?

די הויפּט־זײַט פֿונעם „תּפֿילין־טאַקסי‟
Wrapp
די הויפּט־זײַט פֿונעם „תּפֿילין־טאַקסי‟

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published August 27, 2018.

אין אַ טייל חסידישע קהילות קוקט מען אויף די הײַנטיקע מאָדערנע קאָמפּיוטער־טעכנאָלאָגיעס מיט אַ חשד. פֿאָרט, דרינגען זיי איבעראַל אַרײַן אינעם הײַנטצײַטיקן פֿרומען לעבן אויף אומגעריכטע חידושדיקע אופֿנים – צומאָל געראָטענע, צומאָל אומגעלומפּערטע.

נישט לאַנג צוריק האָבן די ליובאַוויטשער חסידים אין ניו־יאָרק אָנגעהויבן פֿאַרשפּרייטן אַ נײַע אומזיסטע פּראָגראַם פֿאַר מאָביל־טעלעפֿאָנען צו העלפֿן ייִדישע מענער, וואָס האָבן נישט קיין אייגענע תּפֿילין. מיט דער הילף פֿון דער פּראָגראַם, קאָן מען זיך געבן אַן עצה און געפֿינען אינעם 20־מײַליקן ראַדיוס אַרום זיך אַ תּפֿילין־געבער.

דער געדאַנק איז בעצם אַ פּשוטער. דער טעלעפֿאָן קוקט אויף דער מאַפּע פֿון די, וואָס זענען גרייט במשך פֿונעם טאָג אַרויסצוהעלפֿן אַ ייִד מיטן תּפֿילין־לייגן. איז אָבער אַזאַ פּראָגראַם טאַקע נוצלעך? מיט צוויי וואָכן צוריק האָבן די שאַפֿער איבערגעגעבן, אַז אין דער סיסטעם האָבן זיך שוין פֿאַרשריבן מער ווי 4,500 תּפֿילין־געבער, אָבער בלויז געציילטע יחידים האָבן זיך צו זיי געווענדט.

די תּפֿילין זענען טאַקע איינער פֿון די סאַמע קאָמפּליצירטע – און ממילא טײַערע – תּשמישי־קדושה. אַ קליינער שופֿר און אַפֿילו אַ פּשוטע מגילת־אסתּר קאָסטן, בדרך־כּלל, ווייניקער. אַלע טיילן פֿון די תּפֿילין מאַכט מען אויף זייער ספּעציפֿישע, פּרטימדיק פֿאָרגעשריבענע אופֿנים. לכל־הפּחות, טוט מען אַזוי לכתּחילה. למעשׂה, באַנוצט מען זיך גאַנץ ברייט מיט דער הויט פֿון טרייפֿענע בהמות, כּל־זמן זיי געהערן צו אַ כּשרן מין. פֿרומע וועגעטאַריער האָבן שוין לאַנג באַמערקט, אַז הגם אַ געפּגרטע קו טאָר מען נישט עסן, מעג איר לעדער דינען ווי דער מאַטעריאַל פֿאַר תּפֿילין, מזוזות און ספֿר־תּורות. פֿאָרט, מוז אַ פּראָפֿעסיאָנעלער סופֿר שרײַבן די פּרשיות און אַ מומחה מוז שאַפֿן די גאַנצע לעדערנע קאָנסטרוקציע לשם־מיצווה, אויב אַפֿילו די הויט קומט פֿון אַ טרייפֿענער בהמה.

אַזוי צי אַזוי, פֿאַר 200-250 דאָלאַר קאָן מען הײַנט איבעראַל באַשטעלן אַ „מינימאַליסטישע‟ פּאָר תּפֿילין, און דאָ קומט די אינטערנעץ טאַקע צו הילף. עס זענען אויך פֿאַראַן פֿאַרשיידענע חסד־פּראָגראַמען, וואָס העלפֿן אָרעמע מיטגלידער פֿון ייִדישע קהילות קריגן זיי אומזיסט אָדער מיט אַ הנחה.

איז ווער זשע נייטיקט זיך אין דער נײַער פּראָגראַם? די, וואָס באַציִען זיך ערנסט צו דער מיצווה, האָבן שוין אַן אייגענע פּאָר תּפֿילין. די וואָס, וואָס לייגן תּפֿילין בלויז פֿון צײַט צו צײַט, באָרגן זיי, געוויינלעך, בײַ עמעצן אין אַ שיל צי בײַ אַ פֿרומען חבֿר.

לאָמיר זיך פֿאָרשטעלן די אומאָנגענעמע סיטואַציע, ווען עמעצער האָט פֿאַרגעסן מיטצונעמען זײַנע תּפֿילין אויף אַ וואַקאַציע. אָדער אַן אַנדער פֿאַל: די לופֿטפֿירמע האָט פֿאַרלוירן דעם טשעמאָדאַן און ממילא מוז דער פּאַסאַזשיר וואַרטן אַ פּאָר טעג, ביז מע וועט געפֿינען זײַנע זאַכן. אַזאַ מעשׂה איז מיט מיר שוין אַ פּאָר מאָל פֿאָרגעקומען, דערפֿאַר ברענג איך מײַנע תּפֿילין אַלעמאָל אינעם רוקזאַק, צוזאַמען מיט די דאָקומענטן און אַנדערע אומבאַדינגט דרינגלעכע זאַכן. ווי געזאָגט, אויב עמעצער איז געבליבן אויף אַ ווײַל אָן זײַנע תּפֿילין, קאָן ער זיך אָבער ווענדן אין אַן אָרטיקער שיל.

די נײַע פּראָגראַם הייסט Tefillin Wrapp און ווערט רעקלאַמירט אויף דער ספּעציעלער וועבזײַט, וווּ עס ווערן דערמאָנט אין אַ ווידעאָ־קליפּ אַ צאָל אומגלייבלעכע סיטואַציעס. בלויז איינע פֿון זיי קלינגט רעאַליסטיש: עמעצער ווערט, נעבעך, פּלוצעם געבראַכט אין שפּיטאָל און באַווײַזט נישט מיטצונעמען די חפֿצים. די אַנדערע געשילדערטע פֿאַלן איז אָבער שווער זיך פֿאָרצושטעלן: כּדי אַ צופֿעליקער טאַקסי־שאָפֿער זאָל קענען לייגן תּפֿילין? אַ טאַקסי־שאָפֿער וועט זיכער נישט וואַרטן אַ שעה.

ווען מע אינסטאַלירט די פּראָגראַם, פֿאָדערט זי אַרײַנצושרײַבן דעם טעלעפֿאָן־נומער, כּדי צו באַקומען אַ געהיימען קאָד; דערנאָך דאַרף מען אויסשטעלן אַ ספּעציעלע אַנקעטע. דער נומער מוז האָבן אַ שײַכות צום זעלבן לאַנד, וווּ עס וווינען די תּפֿילין־געבער אין דער ליסטע: די פֿאַראייניקטע שטאַטן, קאַנאַדע, ארץ־ישׂראל, ענגלאַנד, אויסטראַליע, דרום־אַפֿריקע אָדער נײַ־זילאַנד.

פּונקט דאָרטן איז דאָך גאַנץ גרינג צו געפֿינען אַ שיל אָן אַזעלכע חכמות. אַדרבה, לויט דער סטאַטיסטיק פֿון דער וועבזײַט, וווינען ס׳רובֿ תּפֿילין־געבער אין ניו־יאָרק און אין ארץ־ישׂראל, וווּ שילן טרעפֿן זיך אויף יעדן שריט און טריט. אין בראַזיל, אַרגענטינע, פֿראַנקרײַך, דײַטשלאַנד, רוסלאַנד און אַ צאָל אַנדערע לענדער וווינען אויך אַ סך ייִדן, אָבער ס׳איז שווערער זיי צו טרעפֿן. אַ סך ייִדן פֿאַרברענגען זייערע וואַקאַציעס אויף קוראָרט־אינדזלען אינעם קאַריבישן ים. נישט דאָרטן, נישט אין אַרגענטינע צי פֿראַנקרײַך, וועט די פּראָגראַם בכלל נישט העלפֿן. ס׳איז אַפֿילו אוממעגלעך אַרײַנצושרײַבן אַ דאָרטיקן טעלעפֿאָן־נומער.

דער שאַפֿער פֿון דעo „אַפּ‟ פֿאַרגלײַכט זײַן סיסטעם מיט דער באַקאַנטער טאַקסי־נעץ „אובער‟. ער האָט בלויז איבערגעגעבן דער פּרעסע, אַז ער הייסט שמעון, אַז ער איז אַ 39־יאָריקער ברוקלינער געשעפֿטסמאַן, און אַז ער האָט געשאַפֿן די פּראָגראַם בשותּפֿות מיט זײַן ברודער. זײַן פֿולן נאָמען האָט ער זיך אָפּגעזאָגט איבערצוגעבן. שמעון באַמערקט, אַז נאָכן רעגיסטריר־פּראָצעס וועט איר לאַוו־דווקא געפֿינען אַ תּפֿילין־געבער; קיין גאַראַנטיע איז נישטאָ. דער געשעפֿטסמאַן האָט זיך מודה געווען, אַז אין דער פּראָגראַם שטעקט דערצו אַ זיכערהייט־פּראָבלעם. מע ווייסט דאָך, וווּ די באַטייליקטע מענטשן געפֿינען זיך.

ייִט״אַ, „ערוץ שבֿע‟ און אַ ריי פֿרומע אָרגאַניזאַציעס האָבן דערציילט וועגן דעם נײַעם „תּפֿילין־טאַקסי‟ מיט ענטוזיאַזם. עס שאַפֿט זיך אָבער דער אײַנדרוק, אַז דער אמתער ציל פֿונעם דאָזיקן קאָמפּיוטער־חידוש איז צו זאַמלען די פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציע. כּדי אַרויסצורופֿן אַן עכטע טאַקסי מוז מען דאָך נישט אַנטפּלעקן קיין פּריוואַטע אינפֿאָרמאַציע. אויף דער וועבזײַט שטייט אויבן־אָן בפֿירוש אָנגעשריבן, אַז דער עיקר־צוועק איז „צונויפֿצובינדן מענטשן אין אונדזער פֿראַגמענטירטער וועלט‟.

חב״ד זאַמלט כּסדר ידיעות וועגן ייִדן אַרום דער וועלט דורך כּלערליי מיטלען, כּדי צוצוציִען וואָס מער מענטשן. ווען מע גיט דעם טעלעפֿאָן און אַדרעס צו איין ליובאַוויטשער אָרגאַניזאַציע, הייבן אַנדערע אָרגאַניזאַציעס אָן פּלוצעם „באָמבאַרדירן‟ אײַך מיט רעקלאַמעס און בקשות צו געבן אַ נדבֿה. לכל־הפּחות, האָב איך זיך אָנגעטראָפֿן אויף אַזעלכע סיטואַציעס און קען אַ צאָל אַנדערע ייִדן, וואָס זענען אומצופֿרידן מיט דער ליובאַוויטשער „אינפֿאָרמאַציע־מינערײַ‟.

אַגבֿ, גלייבן ווײַט נישט אַלע רבנים, אַז די אַזוי־גערופֿענע ליובאַוויטשער „מבֿצעים‟, די קאַמפּאַניע אַרויפֿצולייגן כאָטש איין מאָל תּפֿילין אויף יעדן ייִד אין דער וועלט, איז בכלל אַ גוטע זאַך. די קריטיקער טענהן, אַז ווען מע איז מקיים די דאָזיקע מיצווה, מוז מען זײַן ריין בגשמיות און ברוחניות. מיט אומגעוואַשענע הענט טאָר מען די תּפֿילין נישט לייגן, און מע מוז גלייבן באמונה־שלמה, אַז מע איז מקיים אַ מיצווה פֿונעם אייבערשטן. אַזוי ווי בײַם פֿירן אַן „אובער‟, דאַרף מען שטרעבן זיך קאָנצענטרירן יעדן מאָמענט אויף דער מיצווה. אין דעם זין, קאָן די הנחת־תּפֿילין טאַקע פֿאַרגליכן ווערן מיטן פֿירן אַן אויטאָ. מילא, גוט צי נישט, האָבן די ליובאַוויטשער איצט באַקומען אַ נײַעם מיטל צוצוגעבן נײַע נעמען צו זייערע אינפֿאָרמאַציע־באַזעס.