קײנער װעט סײַ־װי נישט װיסן דעם אונטערשײד

No One Will Know The Difference Anyway

אַ פּליטים־לאַגער לעבן טריפּאָלי, ליביע, יולי 2018
Getty Images
אַ פּליטים־לאַגער לעבן טריפּאָלי, ליביע, יולי 2018

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published August 30, 2018.

פֿאַראַן אויף דער וועלט פֿאַרשיידענע מענטשן. פֿאַראַן אויך פֿאַרשיידענע ייִדן. איך בין אַרײַנגעטאָן אין מײַנע ייִדן. איך זאָג מײַנע, ווײַל איך בין אַרומגערינגלט מיט פֿרעמדע ייִדן, וואָס ווייסן נישט דעם אונטערשייד צווישן „דזשויִש‟ און ייִדיש. פֿרעג עמעצן פֿון זיי וואָס איז דער אונטערשייד צווישן די פּאַלעסטינער און בעדויִנער, האָבן זיי אַ פֿאַרטיקן ענטפֿער:

„וועמען גייט עס אָן? קיינער וועט סײַ־ווי נישט וויסן.‟

אַנומלטן טרעף איך זיך אָן אין מײַנס אַ באַקאַנטן און פֿרעג אים: „ברודער לעבן, וווּ ביסטו אַהינגעקומען די לעצטע פּאָר וואָכן? כ׳האָב שוין געמיינט מ׳האָט דיך שוין אויסגעבאַפּט.‟

מאַכט ער: „מע כאַפּט נישט אויס אַזוי שנעל, כ׳בין שוין אין די זיבעציקער און די ווײַבלעך אַרום מיר האָבן שוין איבערגעניצעוועט זייערע פּנימער מיט פּלאַסטישער כירורגיע, מיטן געדאַנק אַז קיינער וועט סײַ־ווי־סײַ נישט וויסן דעם אונטערשייד.‟

די מלכּה פֿון בריטאַניע, די קעניגין עליזאַבעט, איז שוין אין די נײַנציקער, גלוסט זיך איר נישט אָפּצוגעבן דעם טראָן איר זון, דעם פּרינץ טשאַרלי, וועלכער האָט שוין איבערגעהיפּעט זײַנע זיבעציקער און וואַרט מיט אומגעדולד אויפֿן טראָן. אויב חלילה די מלכּה גייט אַ גאַנג און טשאַרלי נעמט איבער, וועט סײַ־ווי־סײַ קיינער נישט וויסן וואָס איז דער אונטערשייד, ס׳איז די זעלבע יענטע נאָר אַנדערש געשלײערט.

אין די אַפֿריקאַנער לענדער זימבאַוויע און ליביע איז שלום בלויז אַ חלום, נאָר וואָס דען? קיינער וועט סײַ־ווי נישט וויסן דעם אונטערשייד, ווײַל קיינעם גייט עס נישט אָן.

פּוטין איז דער צאַר, אַסאַד איז אַ טיראַן, ערדואַן איז אַ דעספּאָט און קים זשאַנג און איז אַ דיקטאַטער. וועמען גייט עס אָן, האַ? קיינער וועט סײַ־ווי נישט וויסן דעם אונטערשייד צווישן זיי.

פּליטים אומעטום, מע אַנטלויפֿט מיט קינדער אין די וויגן… איך שטעל זיך פֿאָר אַז זינט די וועלט שטייט פֿלעגן מענטשן כאַפּן די פֿיס אויף די פּלייצעס און מאַכן אַ ויברח פֿון זייערע דיקטאַטאָרן, אָבער וווּהין לויפֿט מען? פֿאַראַן לענדער וואָס נעמען זיי אַרײַן אויס רחמנות און אויס מענטשלעכקייט, דער עיקר — אייראָפּעיִשע לענדער וואָס פֿילן זיך שולדיק אַנטקעגן די ייִדן. ווען עס קומט צו מעקסיקע דינט עס ווי אַ פּרוזדור, אַ דורכגאַנג־אָרט קיין אַמעריקע. די פּליטים רופֿט מען „רעפֿיודזשיס‟. ווען ס׳קומט אָבער צו אַמעריקע, דאָס גאַסט־פֿרײַנטלעכסטע לאַנד אין דער וועלט, האָט זי זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ לאַנד פֿון שאַנד. אָבער וועמען גייט עס אָן, קיינער וועט סײַ־ווי נישט וויסן דעם אונטערשײד.

צווישן די ישׂראלים זײַנען פֿאַראַן ישׂראלדיקע אַראַבער, ישׂראלדיקע בעדויִנער, ישׂראלדיקע קריסטן, ישׂראלדיקע קאָפּטן, ישׂראלדיקע דרוזן, ישׂראלדיקע אַרמענער, אַחוץ די ישׂראלדיקע ישׂראלים — זיי רופֿן זיך דװקא נישט ישׂראלדיקע ייִדן. די טעג איז אויסגעבראָכן אַ ויצעקו, אַ סקאַנדאַל, אַ סוד פֿאַר גאַנץ בראָד, נעמלעך — מ׳איז מיט מזל און ברכה געקומען צום אויספֿיר, נאַך זיבעציק יאָר, אַז ישׂראל איז אַ ייִדיש לאַנד! כ׳גיי חלשן, ישׂראל איז אַ ייִדיש לאַנד! אפֿשר וועט מען אויפֿהערן מיטן „איך בין אַן ישׂראלי‟ און אויפֿהערן צו שעמען זיך מיט „איך בין אַ ישׂראלדיקער ייִד‟. אָבער וועמען גייט עס אָן, קיינער וועט סײַ־ווי נישט וויסן דעם אונטערשייד.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.