פֿאָרווערטס באַצייכנט אויגוסט 2018 ווי „גאָלדענער חודש פֿאַר ייִדיש‟

Forverts Dubs August 2018 ''An Amazing Month for Yiddish"


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published August 30, 2018.

אַבאָנירט זיך אויפֿן „פֿאָרווערטס‟ הײַנט

יצחק לודען ז׳׳ל, דער לאַנגיאָריקער רעדאַקטאָר פֿונעם זשורנאַל „לעבנס־פֿראַגן‟ פֿלעגט זאָגן, אַז „ייִדיש לעבט בכלל, אָבער בפֿרט איז זי הײַנט אַ שפּראַך פֿון פֿעסטיוואַלן‟. צו זײַן באַמערקונג וואָלט מען געקענט צוגעבן: אַקאַדעמישע קאָנפֿערענצן, וואַקאַציע־פּראָגראַמען און נאָך.

אין איר עדיטאָריאַל באַצייכנט די פֿאָרווערטס־רעדאַקטאָרין שׂרה־רחל שעכטער אויגוסט 2018 ווי אַ „גאָלדענער חודש פֿאַר ייִדיש‟. אַחוץ דער „ייִדיש־וואָך‟, „אַ רײַזע אין ייִדישלאַנד‟ און „קלעזקאַנאַדע‟, וואָס קומען פֿאָר יאָר אײַן, יאָר אויס, איז דעם זומער אויך פֿאָרגעקומען אַ וויכטיקע אַקאַדעמישע קאָנפֿערענץ אין טשערנאָוויץ. דיאַנאַ שאַפּיראָ באַשרײַבט די אַקאַדעמישע טעמעס וואָס מע האָט אַרומגערעדט אויף דער קאָנפֿערענץ און דניאלה מאַוער שילדערט די ראָלע פֿון פֿרויען דאָרטן.

אַז עס דערנענטערט זיך ראָש־השנה, ברענגט דער פֿאָרווערטס אַ ספּעציעלע בײַלאַגע לכּבֿוד דעם נײַעם יאָר. יואל מאַטוועיעוו גיט איבער די טעאָלאָגישע סיבות פֿאַר וואָס די בראַצלאַווער חסידים האָבן אָנגעהויבן עולה־רגל זײַן קיין אומאַן. און בני מער באַשרײַבט ווי אַ באַרימטער אַטעיִסטישער פּאָליטיקער איז דווקא יאָ געגאַנגען אין שיל ראָש־השנה.

דבֿקות און התלהבֿות זענען אויך פֿאַרבונדן מיטן לענגערן פֿאָרש־אַרטיקל אינעם סעפּטעמבער־נומער, מיכאל לײַנוואַנדס אַרײַנבליק אין די וואָרצלען פֿון דער חסידישער מוזיק. אינעם נומער געפֿינען זיך אויך צוויי רײַזע־רעפּאָרטאַזשן וועגן ערטער, וואָס געפֿינען זיך אויפֿן ראַנד פֿונעם אַמאָליקן ייִדישלאַנד. מיכאל קרוטיקאָוו איז געפֿאָרן אין קורלאַנד, כּדי נאָכצוגיין די פֿוסטריט פֿון מאַקס ווײַנרײַך, און הערשל גלעזער איז געפֿאָרן קיין פּרעשבאָריק, וווּ ער האָט נאָכגעזוכט די שפּורן פֿונעם חתם־סופֿר.

דאָס אַלץ, ווי אויך אַ ריי ידיעות וועגן געשעענישן פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, קען מען לייענען אינעם סעפּטעמבער־נומער פֿאָרווערטס.

פֿאַרפֿעלט ניט קיין איין נומער. אַבאָנירט זיך הײַנט!.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.