לכּבֿוד ראָש־השנה: דער אמתער מײן פֿון פֿאָרן קיין אומאַן

Rosh Hashanah: Don't Forget the True Meaning of Going to Uman

ייִדן פּראַווען ראָש־השנה אין אומאַן
Getty Images
ייִדן פּראַווען ראָש־השנה אין אומאַן

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published September 04, 2018.

יעדעס יאָר באַווײַזן זיך אין דער פּרעסע נײַעס־אַרטיקלען, אָפֿט מאָל זייער נעגאַטיווע, וועגן די יערלעכע חסידישע נסיעות קיין אומאַן אויף ראָש־השנה. אַ סך תּושבֿים פֿון דער אוקראַיִנישער שטאָט זענען אומצופֿרידן מיטן מיסט, וואָס די חסידים לאָזן איבער נאָך זיך, ווי אויך מיט פֿאַרשיידענע אומאָנגענעמע אינצידענטן.

אַ טייל ארץ־ישׂראלדיקע רבנים, אַרײַנגערעכנט די מנהיגים פֿון אַנדערע חסידישע גרופּעס, זענען אויך נישט צופֿרידן, אַז טויזנטער ייִדן פֿאַרברענגען דעם יום־טובֿ אין אוקראַיִנע און נישט אינעם הייליקן לאַנד. הרבֿ עובֿדיה יוסף האָט טאַקע געהאַלטן קעגן דעם אומאַן־פּילגרימאַזש. סעפּטעבמער 2017, למשל, האָט איינער אַ חסיד אין מיטן די עשׂרת־ימי־תּשובֿה, געשטאָכן אַ צווייטן מיט אַ מעסער. דער געליטענער חסיד איז געבראַכט געוואָרן אין שפּיטאָל מיט שווערע וווּנדן. נאָכן דאָזיקן אינצידענט, האָבן אַ צאָל אוקראַיִנישע זשורנאַליסטן איבערגעחזרט דעם באַקאַנטן פֿאַקט, אַז די מאַסן־נסיעות ציִען צו אַ גרויס אינטערעס מצד דער אָרטיקער מאַפֿיע, און אַז לכּבֿוד ראָש־השנה פֿאַרזאַמלען זיך אין דער שטאָט אַ ריזיקע צאָל זונות. אַ סך באַזוכער זענען וועלטלעכע ישׂראלים, וואָס פֿאָרן קיין אומאַן נישט צוליב גײַסטיקע צוועקן, נאָר סתּם ביליק צו פֿאַרווײַלן.

אין די נײַעס שפּירט זיך גאַנץ אָפֿט אַ גוזמאדיקער אַנטיסעמיטישער טעם; צומאָל זענען זיי אַפֿילו פּשוט פֿאַלש. צום באַדויערן, טרעפֿן זיך אָבער יאָ צווישן די צענדליקער טויזנטער עולי־רגל עכטע פֿאַרברעכער און אַגרעסיווע פּאַרשוינען. אַזוי צי אַזוי, ווערט אין די יערלעכע כוואַליעס פֿון ידיעות פּראַקטיש קיינמאָל נישט דערמאָנט, פֿאַרוואָס די חסידים פֿאָרן קיין אומאַן בכלל. אַפֿילו אין דער חסידישער וועלט מיינען אַ סך ייִדן, אַז ס׳איז סתּם אַ סגולה; אַ סך ייִדישע סגולות זעען אויס מאָדנע, אָבער אויף די פֿאָלק־מינהגים פֿרעגט מען דאָך נישט קיין קשיאות. רבי נחמן האָט אַמאָל געזאָגט: „גאָר מײַן זאַך איז ראָש־השנה‟ (אינעם צענטראַל-אוקראַיִנישן דיאַלעקט פֿון אָנהייב 19טן יאָרהונדערט, איז „גאָר‟ געװען טײַטש „אין גאַנצן‟.) ממילא, באַזוכט דער עולם זײַן קבֿר דווקא אינעם דאָזיקן הייליקן טאָג.

אין דער אמתן, זענען די אָריגינעלע טעאָרעטישע סיבות דערפֿון גאַנץ טיפֿע, באַלערנדיקע און אידעאַליסטישע. ווי דער טאָג, ווען דער אייבערשטער האָט באַשאַפֿן די וועלט און דעם מענטש, איז ראָש־השנה פֿאַרבונדן מיטן ענין פֿונעם אייביקן חידוש, כּסדרדיקער באַנײַונג פֿון דער וועלט און דער נשמה, וואָס שפּילט זייער אַ גרויסע ראָלע אינעם בראַצלעווער חסידות. מיט דער הילף פֿון דער תּקיעת־שופֿר, דערוועקט זיך די נשמה פֿון איר שלאָף, דערפֿרישט צו דינען דעם אייבערשטן מיט נײַע כּוחות.

על־פּי חסידות, זענען מיצוות אָן כּוונות טויט, עס פֿעלט זיי דער רוחניותדיקער תּוכן. כּדי זוכה צו זײַן צו דער עכטער נשמה־באַנײַונג און דערוועקונג, איז וויכטיק צו פֿאַרברענגען דעם הייליקן יום־טובֿ מיט אַן אמתן צדיק. רבי נחמן האָט זיך אַליין גערופֿן „דער טײַך, וואָס רייניקט אָפּ אַלע פֿלעקן‟. אַזוי ווי אַ גרויסער טייל פֿון די הײַנטיקע ליובאַוויטשער, באַטראַכטן די בראַצלעווער זייער רבין ווי אַ משיחישע פֿיגור – פֿאַקטיש, אַפֿילו ווי משיח אַליין. אַ סך משיחישע ענינים פֿון דער בראַצלעווער טראַדיציע זענען געזאַמלט אינעם ספֿר „כּוכבֿי אור‟ פֿון הרבֿ אַבֿרהם טולטשינער.

אין פֿאַרגלײַך מיט די ליובאַוויטשער משיחיסטן גלייבן די בראַצלעווער אָבער נישט, אַז זייער רבי וועט צוריקקומען פֿונעם קבֿר. די בראַצלעווער גלייבן אָבער יאָ, אַז דער רבי וועט זיך אומקערן ווי משיח אין אַן אַנדער גילגול, בלײַבנדיק ברוחניות דער זעלבער מענטש. הגם דער עולם רופֿט די בראַצלעווער „טויטע חסידים‟, האַלטן זיי, אַז אינעם רוחניותדיקן זינען בלײַבט רבי נחמן תּמיד מיט זײַנע נאָכפֿאָלגער. ווען מע לערנט זײַנע ספֿרים און מע איז מקיים זײַנע עצות, קאָן מען איבעראַל אָנהאַלטן די פֿאַרבינדונג מיטן רבין, אָבער דאָס בעסטע אָרט דערצו איז אומאַן – די שטאָט, וווּ רבי נחמן האָט אָפּגעוווינט די לעצטע חדשים פֿון זײַן לעבן און וווּ ער האָט געבעטן אים צו באַערדיקן, כּדי מתּקן צו זײַן די נשמות פֿון די טויזנטער קדושים, וואָס זענען אומגעקומען בעת דעם שרעקלעכן פּאָגראָם אין אומאַן אינעם יאָר 1768. װי דער גרעסטער צדיק, גלייבן די חסידים, קאָן רבי נחמן „אַרויסשלעפּן בײַ די פּאות פֿון גיהנום‟ אַפֿילו די טויטע – און אַוודאי זײַנע לעבעדיקע חסידים.

אַן אַנדער וויכטיקער מאָמענט, וואָס פֿאַרבינדט ראָש־השנה מיט משיחישע ענינים, איז דער „קיבוץ‟, די ברודערלעכע פֿאַרזאַמלונג פֿון די חסידים אויף איין אָרט. רבי נחמן האָט באַטאָנט, אַז ווען אַ גרויסער עולם קומט צוזאַמען ראָש־השנה צום אמתן צדיק מיט תּפֿילות און תּשובֿה, דערגרייכן די פֿאַרזאַמלטע די הייליקע אמונה בשלימות. לויט זײַנע ווערטער, טראָגן דעמאָלט די מתפּללים אַן אינערלעכן תּפֿילין אויף זייערע קעפּ – אַ „שטעמפּל‟ פֿון ריינער אמונה.

ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז דער אַמאָליקער „קיבוץ‟, וואָס די חסידים האָבן אָרגאַניזירט אין אומאַן נאָכן רבינס פּטירה, האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ מין אידעאַליסטישע קאָמונע, אין אַ געוויסער מאָס טאַקע ענלעך צו די פֿריִיִקע קיבוצים אין ארץ־ישׂראל. די חסידים, על־פּי־רובֿ אָרעמע בעלי־מלאָכות, האָבן אָפּגעגעבן זייער גאַנצן פֿאַרמעגן לשם צדקה. יעדן פֿרײַטיק האָבן זיי צוגעגעבן צו דער אַלגעמיינער קהילה־קאַסע אַלץ, וואָס זיי האָבן פֿאַרדינט במשך פֿון דער וואָך. יעדע משפּחה האָט פֿון דאָרטן גענאָסן בלויז וויפֿל מע דאַרף אויף די נייטיקע צוועקן.

רבי נחמן האָט אויך באַטאָנט, אַז דער אמתער צדיק איז אַליין אַ לעבעדיקער שבת און אַ לעבעדיקער יום־טובֿ. אַדרבה, דער בוכשטעבלעכער יום־טובֿ דינט ווי אַ פֿאַרבינדונג־מיטל מיטן רוחניותדיקן „משיחישן טאָג‟, דעם צדיק אַליין. דעם דאָזיקן ענין איז געווידמעט אַ גאַנצער בראַצלעווער ספֿר - „יקרא דשבתּא‟ פֿון הרבֿ נחמן טשערינער.

דאָס זענען בלויז עטלעכע קורצע עלעמענטן פֿון דער גאָר קאָמפּליצירטער מיסטישער שיטה אַרום רבי נחמן, משיח און ראָש־השנה. ס׳איז טרויעריק, אַז הײַנט האָבן די נסיעות קיין אומאַן זיך פֿאַרוואַנדלט, אַנשטאָט רוחניותדיקע עבֿודות, אין אַ טוריסטיש געשעפֿט אַסאָציִיִרט מיט צווייפֿלהאַפֿטיקע מעשׂים. פֿאָרט בלײַבט די אוקראַיִנישע שטאָט, אויף אַ פּאַראַדאָקסאַלן אופֿן, הייליקער אַפֿילו פֿאַר די ירושלימער ייִדן – לכל־הפּחות, אין די ימים־נוראָים – ווי ירושלים אַליין.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.