ישׂראל־אויסשטעלונג — דער עלטסטער געשריבענע זאַץ אויף ייִדיש

On Exhibit in Israel: Oldest Known Yiddish Writing


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published September 06, 2018.

מע האָט לעצטנס געלאָזט וויסן, אַז לכּבֿוד די יום־טובֿים וועט מען אין ישׂראל קענען זען דעם וואָרמסער מחזור, אַן אוניקאַלער אילוסטרירטער כּתבֿ־יד פֿון 1272, וואָס די ייִדן אין דער שטאָט וואָרמס האָבן ווײַטער גענוצט אין זייער שיל ביז קרישטאָלנאַכט אין 1938. דער כּתבֿ־יד איז על־פּי־נס געבליבן גאַנץ אַ דאַנק דעם מי פֿון אַ ניט־ייִדישן שטאָט־באַאַמטער, וואָס האָט אַרויסגעגנבֿט דעם מחזור און אים בסוד געבראַכט אינעם וואָרמסער מלוכישן אַרכיוו.

כאָטש מע האָט כּמעט 750 יאָר כּסדר גענוצט דעם מחזור אין וואָרמס, אַ באַרימטע ייִדישע שטאָט אויפֿן רײַן, איז ער לכתּחילה אָנגעשריבן געוואָרן אין אַן אַנדער שטאָט — וואָרצבורג, וואָס געפֿינט זיך אין בײַערן. די אָרטיקע ייִדן זענען פֿאַרטיליקט געוואָרן דורך דער טרויעריק באַרימטער „רינדפֿלייש־באַוועגונג‟, אין וועלכער אַ קנעכט מיטן נאָמען רינדפֿלייש האָט אויפֿגעברויזט אַ המון, וואָס האָט במשך פֿון עטלעכע חדשים אין 1298 אומגעבראַכט אַרום 20,000 ייִדן אין מער ווי 100 שטעט. פּליטים פֿון דער שחיטה האָבן געבראַכט דעם מחזור קיין וואָרמס, וואָס געפֿינט זיך אַן ערך 72 מײַל פֿון וואָרצבורג.

דער וואָרמסער מחזור איז באַקאַנט ניט בלויז פֿאַר זײַנע פּרעכטיקע אילוסטראַציעס פֿון מיטלעלטער, נאָר אויך, און ובפֿרט, פֿאַר איר ראָלע אין דער געשיכטע פֿון ייִדיש. דער מחזור פֿאַרמאָגט איין זאַץ אויף מאַמע־לשון, דער סאַמע עלטסטער וואָס איז אונדז פֿאַרבליבן. די 11 ווערטער באַטרעפֿן אַ ברכה פֿאַר די, וואָס טראָגן דעם מחזור אין שיל אַרײַן.

דעם וואָרמסער מחזור וועט מען קענען זען אין דער ישׂראלדיקער מלוכישער ביבליאָטעק אין ירושלים ביזן 4טן נאָוועמבער. טאָמער קען מען זיך אָבער ניט דערלויבן צו פֿאָרן קיין ירושלים, קען מען דורכקוקן דעם כּתבֿ־יד אויף דער אינטערנעץ.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.