„איך וויל לייענען שלום־עליכם אויף ייִדיש‟

"I Want to Read Sholem Aleichem In the Original"

Yadid Levy

פֿון דניאל גלאי

Published September 07, 2018.

„בלימעלעך‟. אַזוי הייסט דאָס ביכל פֿון פּנחס ערליך מיט וועלכן כ’האָב װי אַ קליין קינד אין דער בוענאָס־אײַרעסער פֿאָלקסשול זיך געלערנט ייִדיש. ווען כ’האָב זיך אַ צײַט צוריק געטראָפֿן דאָ אין ישׂראל מיטן מחברס זון, יהושע ערליך, האָט ער מיר געזאָגט, אַז ער האָט אַן עקזעמפּלאַר פֿונעם ביכל און ער קאָן עס מיר שענקען.

וויפֿל צויבער איז פֿאַראַן ווען דו נעמסט אין האַנט ס’בוך מיט וועלכן דו האָסט אַנטפּלעקט די ייִדישע אותיות און די ווערטער מאַ־מע, טאַ־טע, באָ־בע, זיי־דע און וועל־ווע־לע! בלעטערנדיק דעם בוך האָב איך זיך אויף אַ רגע ווידער דערפֿילט ווי דאָס קליינע קינד וואָס כ’בין געווען װען כ’האָב מיט ליבשאַפֿט אויפֿגענומען יענע וואַרעמע, באַקאַנטע ווערטער און קלאַנגען.

אפֿשר װעלן אַנדערע לייענערס פֿון פֿאָרווערטס אויף פֿאַרשיידענע עקן וועלט פֿאַרשטײן דעם זעלבן ציטער ווי איך, ווען מע קוקט אַרײַן אינעם בוך פון וועלכן מ’האַט זיך געלערנט די ערשטע אותיות. כ’ווייס אַז אין די לעצטע יאָרן זענען דערשינען אַ סך נײַע ביכער מיט מאָדערנע מעטאָדן ווי אַזוי דערלערנען די שפּראַך. כ’האָב אויך געהערט קלאַנגען, אַז אין גיכן דאַרף דערשײַנען אַ לערנבוך, אויף וועלכן מ’האָט געאַרבעט לאַנגע יאָרן אַרויסגעגעבן פֿון דעם ייִדישן ביכער־צענטער אין אַמהערסט. וויל איך עצהן די פּעדאַגאָגן, וועלכע גרייטן צו די לערנביכער: קוקט אויך אַרײַן אין „בלימעלעך‟. ס’קאָן אײַך אינספּירירן. ס’איז דאָרט פֿאַראַן אַ שעפֿערישקייט וואָס איר קאָנט זיך פֿאַראייגענען. העיקר, זאָלן זיך נאָר מערן די תּלמידים.

דאָס לערנען תּלמידים אַ שפּראַך איז אַ קונסט. דער הויפּטציל איז, אַז אין קלאַס זאָלן פֿאָרקומען אַזעלכע פּאָזיטיווע איבערלעבונגען, וואָס זאָלן זיך בײַם תּלמיד אײַנקריצן אויף לאַנגע יאָרן אין זכּרון. אויב דער שילער איז שוין מסוגל צו לייענען ליטעראַטור איז די מלאכה בײַם לערער אַ סך לײַכטער. ווי אַזוי שאַפֿט מען אָבער אַזאַ איבערלעבונג, ווען דער תּלמיד געפֿינט זיך קוים אין זײַנע ערשטע שיעורים, און אין דער היים האָט ער כּמעט קיין ייִדיש וואָרט ניט געהערט? על רגל אחת, די תּורה לויט מײַן אויפֿפֿאַסונג, איז צו דערלערנען די ריכטיקע אינטאָנאַציע פֿון יעדן זאַץ, וואָס איז אַזוי אַנדערש, אַפֿילו אין קעגנזאַץ, צו דער אינטאָנאַציע אין אַנדערע שפּראַכן.

„מע קאָן נישט באַהערשן ריכטיק ייִדיש אויב מע האָט ניט געזויגן די שפּראַך מיט דער מאַמעס מילך,‟ זאָגן געוויסע פּראָפֿעסאָרן.

איך האַלט ניט דערפֿון. ייִדיש איז אײַנגעהילט אין אַ געוויסער מיסטעריע צוליב דער אינטימקייט פֿון דער שפּראַך און צוליבן וועלטבאַנעם וואָס זי דריקט אויס. ווער ס’האָט ניט פֿון קינדווייז אָן געהערט די שפּראַך קאָן אויך ווערן אַ געניטער ייִדיש־רעדער אויב ער שטרעבט דערצו און היפּעט ניט איבער איר אייגנאַרטיקן קלאַנג־קאָמפּאָנענט.

Courtesy of Daniel Galay

אין מיין הײַנטיקן קלאַס לערנען זיך, למשל, אַ פֿרומער פֿאָטער מיט זײַן צען־יעריקן זון. זײ פֿאָרן אַ דרײַ שעה הין און צוריק כּדי זיך באַטייליקן אין מײַן ייִדיש־קלאַס. אַלע אַנדערע תּלמידים זענען וועלטלעכע. שטעל איך זײ פֿאַרשידענע פֿראַגעס, ווי ס’איז דער שטײגער אין אַ שפּראַכקלאַס. פֿרעג איך דאָס איינציקע קינד אין קלאַס:

„וואָס ווילסטו זײַן?‟

„אַ רבֿ,‟ ענטפֿערט ער מיט זיכערקייט.

קיין סמיכה – טראַכט איך - קאָן איך אים ניט געבן. טאָ זאָל כאָטש זײַן אַ ביסעלע מאַמע־לשון וואָס וועט אים זיכער צו נוץ קומען.

„איך וויל קענען לייענען שלום־עליכם – דאָס איז מײַן ציל‟

אַזוי האָט מיר קאַטעגאָריש געזאָגט אַ דערוואַקסענע, מזרחדיקע פֿרוי, אינעם ערשטן ייִדיש־קלאַס. זי וויל - וויל איך אויך. נאָר ווי קאָן מען אין איין יאָר ייִדיש־לימוד דערגרייכן אַ ניוואָ צו לייענען אונדזער גרויסן קלאַסיקער? נאָר צוריקקלערנדיק, גלייב איך, אַז איך האָב איר יאָ געזאָלט צושטעלן שלום־עליכמס אַ טעקסט און זאָל זי אַ פּרוּוו טאָן, זיך ברעכן די ציין און אַרבעטן אויף זיך. דאָס האָט צו טאָן מיט פּעדאַגאָגיע און אונטערהאַנדלונגען וואָס אַ לערער דאַרף אָפֿט מאָל פֿירן מיט זײַנע סטודענטן.

אין אַלגעמיין איז אַ באַקאַנטע דערשײַנונג די לוסטיקע שטימונג וואָס נעמט אַרום אַ קלאַס וווּ מ’לערנט זיך ייִדיש. דאָס האָט צו טאָן מיט די שפּראַך־אייגנאַרטיקייטן אָבער אויך מיטן פֿאַקט, אַז ייִדיש איז פֿאַר סטודענטן אין ישׂראל יאָרן לאַנג געווען ווי אַ פֿאַרבאָטענע שפּראַך. און איצט פֿרײט מען זיך מיט איר ווי קינדער וואָס געניסן פֿון פֿאַרבאָטענער פֿרוכט. בקיצור פֿאַר דער גוטער שטימונג דאַרף דער לערער זיך ניט זאָרגן. נאָר דער סוד איז, ווי מאַכט מען עס זאָלן צווישן די סטודענטן זיך אַנטוויקלען נײַע, אינטערעסאַנטע און ווערטפֿולע באַציִונגען? דאָ איז די לאַגע מער קאָמפּליצירט. דאָס האָט צו טאָן מיט דער פֿראַגע, וואָסער ציל האָבן די סטודענטן אויסער די פֿאָרמעלע אוניווערסיטעט־ראַמען זיך צו לערנען ייִדיש?

ווי אין יעדן געביט, איז עס אַן ענין פֿון איכות און כּמות. וואָס איז בעסער, ס’זאָלן זיך לערנען וואָס מער סטודענטן, וואָס פֿאַר זיי איז ייִדיש ניט מער ווי אַ צײַטפֿאַרטרײַב? אָדער זיך קאָנצענטרירן אויף די וועלכע קאָנען שפּילן אין דער צוקונפֿט אַ וויכטיקע ראָלע אין ענדערן דעם סטאַטוס פֿון דער שפּראַך אין דער געזעלשאַפֿט?

מיט די יאָרן האָב איך פֿאַרשטאַנען ווי אַנדערש זענען די דערוואַרטונגען פֿון לערער פֿון איין זײַט און פֿון די סטודענטן, פֿון דער צווייטער. דער לערער האָפֿט, אַז די תּלמידים װעלן אָנגיין אין זייערע לימודים אַ היפּשע צאָל יאָרן ביז זיי וועלן גאַנץ פֿײַן באַהערשן די שפּראַך, סײַ שריפֿטלעך און סײַ מינדלעך. נאָר דער דורכשניטלעכער סטודענט וויל בלויז טועם זײַן מאַמע־לשון און דאָס איז פֿאַר אים אַן עפּיזאָד נאָר אויף אַ באַגרענעצטער תּקופֿה. ער ווייסט פֿון פֿריִער, אַז קיין לאַנד אַוווּ מ’רעדט ייִדיש, אויסער אין אָרטאָדאָקסישע קוואַרטאַלן, איז ניט פֿאַראַן און זײַן אָנגעהעריקייט צום מאָדערנעם ייִדישלאַנד איז אַ גאַנץ שוואַכע ווײַל זייער ווייניק ווייסט ער דערפֿון.

דאָס איז אָבער ניט דאָס גאַנצע בילד. עס זענען מיר גוט באַקאַנט פֿאַלן פֿון סטודענטן וועלכע עס איז אונדז יאָ געלונגען זיי צו פֿאַרוואַנדלען אין אַקטיוויסטן לטובֿת ייִדיש, פּשוט ווײַל מ’האָט זיי צו אַזאַ ציל דערנענטערט און זיי האָבן דאָס אויפֿגענומען מיט פֿרייד און גוטן ווילן.