פֿאַסט יום־כּיפּור, אָבער ווערט נישט דערשלאָגן


Fast On Yom Kippur, But Don’t Get Depressed

Yehuda Blum

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published September 12, 2018.

פֿאַרוואָס פּראַווען מיר נישט יום־כּיפּור צוויי טעג נאָכאַנאַנד? אין די הלכה־ספֿרים ווערט צומאָל באַטראַכט אַזאַ שאלה. די אַנדערע יום־טובֿים זענען דאָך צוויי־טעגיקע, און ראָש־השנה איז צוויי טעג אַפֿילו אין ארץ־ישׂראל. די חז״ל גיבן איבער, אַז די נבֿיאים האָבן שוין אײַנגעפֿירט אַזאַ תּקנה – צו פּראַווען ראָש־השנה ווי אַ „יומא־אַריכתּא‟, אַ מין איין לאַנגער טאָג.

די אָפֿיציעלע סיבה דערפֿון איז די ספֿקא־דיומא – דער מעגלעכער ספֿק, טאָמער די עדים, וואָס האָבן געזען די נײַע לבֿנה, האָבן זיך נישט געוויזן דעם ערשטן טאָג פֿונעם חודש תּשרי. אין די חסידישע ספֿרים ווערט אָבער דערקלערט, אַז די אינערלעכע מיסטישע סיבה איז דאָס באַזונדערע חשיבֿות און קדושה פֿונעם דאָזיקן יום־טובֿ, ווען אין הימל הייבט זיך אָן דער מישפּט איבער אונדז און דער גאָרער וועלט.

אויב אַזוי, פֿאַרוואָס זשע פֿאַסטן מיר נישט און דאַוונען נישט די יום־כּיפּורדיקע תּפֿילות אויך צוויי טעג נאָכאַנאַנד? ס׳איז דאָך נאָך אַ גרעסערער יום־טובֿ, ווען דער רבונו־של־עולם חתמעט זײַן דין. אַוודאי, זענען אַ סך מענטשן פֿיזיש נישט בכּוח צו פֿאַסטן איבער 48 שעה. דאָס איז די פּשוטע, אָבער נישט די איינציקע סיבה, פֿאַרוואָס די חז״ל האָבן באַשלאָסן, אַז אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע יום־טובֿים פּראַוועט מען יום־כּיפּור נאָר איין טאָג.

וועגן פּרשת וילך, וואָס מיר לייענען איצט פֿאַרן הייליקן יום־הדין, קאָן מען פֿרעגן אַן עטוואָס ענלעכע קשיא. די מפֿרשים דערקלערן אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים, ווי אַזוי די פּרשה איז מרמז אויף יום־כּיפּור. דער הײַנטיקער שבת הייסט דאָך „שבת־שובֿה‟ אָדער „שבת־תּשובֿה‟, ווײַל מיר גרייטן זיך שוין צום קומענדיקן יום־טובֿ. על־פּי שׂכל, וואָלט געווען כּדאַי צו לייענען אַ לאַנגע סדרה, וואָס שטימט מיטן גײַסט פֿון יום־כּיפּור, ווען ייִדן פֿאַרברענגען דעם גאַנצן טאָג בײַם דאַװענען. למעשׂה, איז אָבער „וילך‟ די קירצסטע פּרשה אין דער גאַנצער תּורה – בלויז 30 פּסוקים.

גלײַך פֿאַר זײַן פּטירה, גיט איבער משה רבינו די פֿירערשאַפֿט צו יהושע בן־נון און וואָרנט די ייִדן, אַז ווען זיי וועלן ירשענען ארץ־ישׂראל, וועלן אַ טייל פֿון זיי נאָכפֿאָלגן די אָרטיקע פֿאַרדאָרבענע תּושבֿים, אָנהייבן דינען עבֿודה־זרה און פֿאַרגעסן פֿון זייער בונד מיטן רבונו־של־עולם; דעמאָלט וועט דער אייבערשטער אויסבאַהאַלטן זײַן פּנים פֿון זיי.

די עבֿודת־התּשובֿה און די צוגרייטונג צום יום־הדין דעם הײַנטיקן שבת איז זיכער וויכטיק, אָבער ס׳איז נישט כּדאַי עס צו לאַנג צו פֿאַרשלעפּן. ווען מע האַלט אין איין טראַכטן פֿון צרות און עבֿירות, קאָן מען אַרײַנפֿאַלן אין ייִאוש און מרה־שחורה. דאָס איז זייער אַ געפֿערלעכער נשמה־מצבֿ – אין תּוך אַ מין עבֿודה־זרה. אַז מע פֿאָקוסירט זיך אויפֿן אייגענעם שלעכטס, אויף די מעשׂים־רעים פֿון די אַנדערע, אויף די היסטאָרישע צרות, וואָס זענען געשען מיט ייִדן אין פֿאַרשיידענע תּקופֿות – דאַן באַקומט זיך, חלילה, אַז מע דינט זיך אַליין אַנשטאָט דעם באַשעפֿער.

אינעם הסתּר־פּנים – ווען דער רבונו־של־עולם באַהאַלט זײַן „פּנים‟ פֿון אונדז, אינעם מעטאַפֿאָרישן זין פֿון וואָרט – זענען מיר אַליין שולדיק. ווען מע פֿאַרגעסט, חס־ושלום, פֿונעם אייבערשטן, הייבט זיך אָן דאַכטן, אַז ער האָט אונדז פֿאַרלאָזט. ווען מע פֿאַרנעמט זיך מיט אַ פֿאַלשער עבֿודת־התּשובֿה, באַקומט זיך אָבער בעצם דער זעלבער געפֿערלעכער עפֿעקט. אַז מע פֿילט זיך דערשלאָגן, פֿאַלט מען אַרײַן אין אַ נעבעכדיקן מצבֿ, אָפּגעריסן פֿונעם באַשעפֿער און פֿאַרנומען מיט די אייגענע פּראָבלעמען, עכטע צי אויסגעטראַכטע.

משה רבינו טאַדלט זײַן פֿאָלק מיט שאַרפֿע טראַגיש־פּאָעטישע אויסדרוקן. ער באַטאָנט, אַז אין דער ביטערער צײַט וועלן זײַנע ווערטער דינען ווי אַן עדות פֿון די וואָרענונגען. פֿון דעסט וועגן, האָט דער נבֿיא נישט ממשיך געווען אויף צו לאַנג זײַנע תּוכחות.

עס טרעפֿן זיך אַזעלכע שילן, וווּ די מתפּללים שמועסן כּסדר וועגן דעם חורבן, דער פֿאַרשוווּנדענער אַמאָליקער ייִדישער וועלט, טעראָריסטן, אַסימילאַציע, געפֿערלעכע מחלות און אַנדערע צרות. שאַפֿט זיך צומאָל אַן אַטמאָספֿער, וווּ די אמתע תּשובֿה ווערט פֿאַרוואַנדלט אין אַ פּוסטער קוויטשערײַ.

יום־כּיפּור איז בעצם אַ לוסטיקער און פּאָזיטיווער טאָג. מע פֿאַסט, מע האַלט אין איין דאַוונען, מע בעט דעם אייבערשטן מוחל צו זײַן אונדזערע עבֿירות און מע קלאַפּט „אָשמנו, בגדנו‟, אָבער צו טאָן עס צוויי טעג נאָכאַנאַנד וואָלט געווען צופֿיל. אינעם רוחניותדיקן זין קאָן מען אָבער זאָגן, אַז אין אונדזער הייליקן יום־הדין שטעקט אויך אַ געוויסער טעם פֿון גענוגיקייט. אָפּגעפֿאַסט, אַ ביסל געוויינט, געזונגען אַ סך, אָפּגעשטאַנען שעהען־לאַנג אויף די פֿיס – און צוריק צו „גאָטס נאָמען‟; אַזוי רופֿט מען אָן דעם טאָג נאָך די עשׂרת־ימי־תּשובֿה, ווען מע הייבט אָן ווידער צו זאָגן „הא־ל הקדוש‟ אין שמונה־עשׂרה. אַזוי ווי משה רבינוס תּוכחות, דאַרף די יום־כּיפּורדיקע עבֿודה זײַן גאָר ערנסט, אָבער נישט דערשלאָגנדיק לאַנג און פֿאַרביטערט.

ס׳איז פֿאָרט כּדאַי צו באַמערקן, אַז אַ גאַנצע ריי גרויסע חסידישע צדיקים האָבן יאָ געפּראַוועט יום־כּיפּור במשך פֿון צוויי טעג, און דערצו פֿאַרצויגן די הבֿדלה ביז גאָר שפּעט, פֿאַסטנדיק בסך־הכּל צוויי און אַ האַלב טעג.

אַזוי פֿלעגט טאָן, למשל, דער ריבניצער רבי אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. די, וואָס האָבן אים פּערזענלעך געקענט, אָדער אין ראַטן־פֿאַרבאַנד אָדער שפּעטער אין ירושלים און מאָנסי, געדענקען, אַז זײַן פּנים, בפֿרט בײַם דאַוונען, האָט תּמיד געשײַנט מיט עפּעס אַ הימלישער ליכטיקייט. פֿאַר אַזעלכע יחידים איז די אומגעוויינטלעך לאַנגע פּערזענלעכע עבֿודה זיכער נישט קיין מרה־שחורהדיקע חומרא, נאָר דווקא אַ קוואַל פֿון שׂימחה און התלהבֿות.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.