שיקאַגער לײַט, רעגיסטרירט זיך אויף אַ ייִדיש־קלאַס!

Chicago Folks, Sign Up For a Yiddish Class!

שיפֿרה ווײַטמאַן און חנה־פֿײַגל טערטלטויב
שיפֿרה ווײַטמאַן און חנה־פֿײַגל טערטלטויב

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published September 12, 2018.

אַז מע וויל זיך לערנען ייִדיש פּנים־אל־פּנים מחוץ אַ קאַמפּוס פֿון אַן אוניווערסיטעט, קען עס זײַן שווער צו געפֿינען אַ קלאַס מחוץ דער שטאָט ניו־יאָרק. לעצטנס האָט געלאָזט וויסן דער „שיקאַגער ייִוואָ‟, אַז מע וועט אין דער „װינטיקער שטאָט‟ דורכפֿירן ייִדיש־קלאַסן אויף עטלעכע ניוואָען.

די קלאַסן, פֿאַר אָנהייבער, מיטנדיקע און אַוואַנסירטע סטודענטן, ווערן אײַנגעאָרדנט דורך דער אָרגאַניזאַציע „ייִדיש־שיקאַגע‟ צוזאַמען מיטן שיקאַגער „אַרבעטער־רינג‟. יעדע סעסיע קאָסט 10$ אַ קלאַס.

די קלאַסן פֿאַר אָנהייבער וועלן לערנען שיפֿרה ווײַטמאַן (ערשטער ניוואָ) און ד׳׳ר חנה־פֿײַגל טערטלטויב (צווייטער ניוואָ). דעם אַוואַנסירטן קלאַס וועט לערנען ד׳׳ר חנה־פֿײַגל טערטלטויב. מע וועט אויך האַלטן אַן אינטענסיוון סעמינאַר אויף צוויי טעג, פֿאַר די וואָס ווילן איבערהיפּן דעם ערשטן ניוואָ פֿאַר אָנהייבער. דער שׂכר־לימוד איז 25$ פֿאַרן אינטענסיוון סעמינאַר.

די קלאַסן פֿאַר אָנהייבער, מיטנדיקע און אַוואַנסירטער סטודענטן וועלן זיך טרעפֿן 9 מאָל, בײַם „סקעטשפּאַד‟ (4700 נ. ראַווענסוווּד גאַס, אינעם לינקאָלן־סקווער געגנט.) דער שׂכר־לימוד פֿאַר די קלאַסן איז בסך־הכּל $110.

נאָך אינפֿאָרמאַציע, באַזוכט: https://yivochicago.wufoo.com/forms/r1mtygs51eq4yjm/.