לעקציע אין מישיגען־אוניװערסיטעט: ייִדישע לידער פֿון אַמאָליקע אימיגראַנטן אין לאָנדאָן

Lecture at Michigan U: Yiddish Songs Once Sung By London Immigrants

דער ייִדישער קוואַרטאַל פֿון לאָנדאָן, אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט.
Jewish Museum, London
דער ייִדישער קוואַרטאַל פֿון לאָנדאָן, אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט.

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published September 17, 2018.

ייִדישע אימיגראַנטן האָבן געשאַפֿן אַן אייגענעם לידער־רעפּערטואַר אין יעדן ייִשובֿ, אין וועלכן זיי האָבן זיך באַזעצט.

אין אַמעריקע הערט מען אַ סך וועגן די אייגנאַרטיקע ייִדישע לידער וואָס מע האָט געשאַפֿן אין ניו־יאָרק, איבערהויפּט אויפֿן אַמאָליקן „איסט־סײַד‟, און בפֿרט די וואָס מע האָט אָנגעשריבן פֿאַר די טעאַטערס פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן בראָדוויי אויף דער צווייטער עוועניו.

ווייניקער הערט מען בײַ אונדז אין אַמעריקע וועגן די ייִדישע לידער, וואָס עס האָבן געשאַפֿן די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישע אימיגראַנטן אין אַנדערע שטעט װי, למשל, לאָנדאָן. דעם קומעדיקן חודש װעלן די מישיגענער אײַנוווינער טאַקע האָבן אַ געלעגנהייט זיך צו באַקענען מיט די אוניקאַלע לידער געזונגען פֿון די ייִדישע אימיגראַנטן אין דער לאָנדאָנער געגנט, װײַטשאַפּעל. ד׳׳ר װיװי לאַקס, אַ זינגערין, היסטאָריקערין און עטנאָמוזיקאָלאָגין, וועט דינסטיק, דעם 30סטן אָקטאָבער האַלטן אַ רעפֿעראַט אין ען־אַרבאָר וועגן איר פֿאָרשונג און װעט דערבײַ זינגען אויסצוגן פֿון אַ ריי לידער, וואָס גיבן צו פֿאַרשטיין די פּאָליטישע, רעליגיעזע און סעקסועלע פּראָבלעמען, וואָס האָבן געפּלאָגט די ייִדן אין די יאָרן 1884־1914.

ד׳׳ר לאַקס פֿאָרשט שוין עטלעכע יאָר די לידער, וואָס ייִדישע אימיגראַנטן האָבן געזונגען אין ווײַטשאַפּעל בײַם ראַנד פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. דאָרטן האָבן, אַזוי ווי אויפֿן ניו־יאָרקער „איסט־סײַד‟, פּאָליטישע טוער, בינע־קינסטלער און סתּם ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר געשאַפֿן לידער, וואָס זענען געוואָרן אַן אינטעגראַלער טייל פֿון דער דעמאָלטיקער פּאָפּולערער קולטור. לאַקס האָט שוין אַרויסגעלאָזט אַ בוך וועגן איר פֿאָרשאַרבעט, ווי אויך צוויי אַלבאָמען לידער אויף דער טעמע.

די פּראָגראַם, אײַנגעאָרדנט דורכן „פֿרענקל־צענטער פֿאַר ייִדישע לימודים‟ בײַם „מישעגענער אוניווערסיטעט‟, הייבט זיך אָן 4 אַ זייגער נאָכמיטאָג.

נאָך אינפֿאָרמאַציע באַזוכט די וועבזײַט פֿונעם „פֿרענקל־צענטער‟.