וואָס האָט מען נעבעך צו דער ייִדישער כּלל־שפּראַך?

What Do People Have Against Standard Yiddish?

Jordan Kutzik

פֿון הערשל גלעזער

Published September 18, 2018.

כּמעט ביזן סוף 18טן י״ה האָבן אַלע געדרוקטע װערק אויף מאַמע־לשון געהאַט אַ בולטן חותם פֿונעם ייִדיש, וואָס מע האָט דעמאָלט נאָך גערעדט אין דײַטשלאַנד און די אַרומיקע לענדער. מיטן אויפֿקום פֿון דער השׂכּלה האָט עס אָנגעהויבן אונטערגיין, האָט מען אין מיזרח־אייראָפּע זיך אַרומגעזען, אַז דאָס פֿאָלק וועט בעסער פֿאַרשטיין זײַן אײגן מאַמע־לשון איידער דאָס שוין פֿרעמד־געוואָרענע פֿון מערבֿ־אייראָפּע.

אַזוי אַז פֿֿונעם סוף 18טן ביזן אָנהייב 19טן י״ה האָבן אָנגעהויבן אַרויסקומען פֿאַרשידענע מינים ביכלעך אינעם פֿאָלקס לשון — אַ מעדיציניש האַנטביכל פֿון ד״ר משה מאַרקוזע, פּאָלעמיקעס פֿון מענדל לעפֿין סאָטענעווער, אַ ביכל וועגן דער אַמעריקאַנער בירגער־מלחמה פֿון חײַקל הורוויץ, אינעם פֿאָלקס לשון. נאָר ערשט בײַ שלום־יעקבֿ אַבראַמאָוויטשן, המכונה מענדעלע מוכר־ספֿרים, אין מיטן 19טן י״ה רעכנט מען דעם אָנהייב פֿונעם הײַנטצײַטיקן ליטעראַרישן לשון אונדזערן. די אויבן דערמאָנטע האָבן זיך, אַזוי ווי די מערבֿ־אייראָפּעיִשע, געהאַלטן פֿאַר משׂכּילים, נאָר אין פֿאַרגלײַך מיט זײ, האָבן די מיזרח־אייראָפּעיִשע זיך לאַוו־דווקא אונטערגענומען אויסצוּוואָרצלען מאַמע־לשון; אַדרבא, ווילנדיק נישט־ווילנדיק האָבן זיי געשפּילט אַ הויפּטראָלע אין מאַכן ייִדיש פֿאַר אַ לײַט מיט לײַטן גלײַך.

אַזוי האָט זיך שוין אויסגעפֿורעמט דאָס גערעם פֿון אַ ליטעראַריש לשון: סײַ די גראַמאַטיק, סײַ דער אַרויסרעד שטימען ס׳רובֿ מיטן באַניץ פֿון דור דורות. אַזוי ווי די דרומדיקע דיאַלעקטן (דער פּוילישער, אוקראַיִנישער, רומענישער, אאַז”װ) זענען מער קאָנסערוואַטיוו אין פּרט פֿון גראַמאַטיק, בשעת דער ליטווישער איז מער קאָנסערוואַטיוו אין שײַכות מיטן אַרויסרעד, האָט פֿונעם סינכראָנישן קוקווינקל זיך געשאַפֿן אַן אינטערדיאַלעקטישע פּשרה. דאָס וואָס אין פֿאָלק מיינט מען, אַז דער כּללישער אויסלייג נעמט זיך פֿונעם ליטווישן ייִדיש איז נישט באַרעכטיקט — די יסודות פֿונעם אויסלייג האָבן זיך דאָך אײַנגעשטעלט לאַנג איידער די מיזרחדיקע דיאַלעקטן (פּויליש־ייִדיש און אוקראַיִניש־ייִדיש) זענען אויפֿגעקומען.

ויהי היום, בײַם סוף 19טן י״ה זענען אויפֿגעקומען פּאָליטישע באַוועגונגען, דער הויפּט דער בונד, וואָס האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז קאָאָפּטירן די מאַסן קען מען נאָר אויף זייער אייגן לשון. אין דער צווייטער פּוילישער רעפּובליק, נאָכן יאָר 1918, האָט אָנגעהויבן געבוירן ווערן אַ וועלטלעכער שיכט ייִדן, וואָס בײַ זיי איז ייִדישקייט געווען לאַוו־דווקא היטן מיצוות, נאָר גיכער זײַן אַ פֿאָלק ווי אַלע פֿעלקער גלײַך. האָט מען געמוזט אויפֿהייבן מאַמע־לשון צו נאָך אַ העכערער מדרגה, מיט נעצן שולן פֿאַר קינדער וווּ די לערנשפּראַך איז ייִדיש; שאַפֿן נײַע ווערטער, מע זאָל קענען אַרומרעדן אַלע הײַנטיקע ענינים אויף ייִדיש; אײַנשטעלן העכערע קורסן, מע זאָל שרײַבן און פֿאָרשן אויף ייִדיש אויף אַ וויסנשאַפֿטלעכער מדרגה. אַ וויכטיקער רעזולטאַט דערפֿון איז דער ייִוואָ.

האָבן די תּקנות פֿון ייִדישן אויסלייג, אַרויסגעגעבן פֿונעם ייִוואָ און פֿון דער צענטראַלער ייִדישע שול־אָרגאַניזאַציע (ציש”אָ) אין 1937, צום טייל אײַנגעפֿירט חידושים, אָבער צום גרעסטן טײל האָבן זײ בלויז באַשטעטיקט דאָס וואָס ס׳איז שוין געווען אָנגענומען. װען ס׳איז, אָבער, געקומען די צײַט צו שאַפֿן אַן איינהייטלעכן אַרויסרעד, האָט מען — צום טייל ספּאָנטאַן, צום טייל אַ דאַנק די פֿילאָלאָגן — אײַנגעפֿירט די הבֿרה וווּ מע רעדט אַרויס יעדן אות אויפֿן זעלביקן אופֿן — קמץ אַלף איז אַלע מאָל O, וואָוו יוד אַלע מאָל OY אאַז״וו. אין אַן אַרטיקל אין „ייִדישע שפּראַך“ האָט עס באַגרינדעט אוריאל ווײַנרײַך, אַז ס׳איז פּשוט ס׳פּראַקטישסטע צו לערנען אַן אײנהײטלעכן אַרויסרעד, בפֿרט ווען מע לערנט מיט קינדער וואָס רעדן געמישטע דיאַלעקטן, ווײַל טאַטע־מאַמע שטאַמען פֿון אַנדערע מקומות.

נישט אַלע פֿילאָלאָגן, אָבער, האָבן געהאַלטן, אַז ס׳איז נייטיק צו לערנען מיט די תּלמידים אַן אײנהײטלעכן אַרויסרייד; אָט האָט שלמה בירנבוים צענדליקער יאָרן געטענהט, אַז מען קען זיך באַגיין אָן אַזאַן אַרויסרעד, און אויב שוין יאָ שאַפֿן אַזוינס, דאַרף עס זײַן אויפֿן סמך פֿון די דרומדיקע דיאַלעקטן.

בירנבוים און אַנדערע פֿילאָלאָגן האָבן אויך געהאַט טענות, אַז דער כּללישער אַרויסרעד איז אַ געקינצלטער, אַז אין קיין שום דיאַלעקט רעדט מען נישט אַרויס אַלע ווערטער פּונקט ווי מע שרײַבט זיי: אַ שטייגער, שרײַבט מען וואָוו יוד סײַ אין „ברויט“ — וואָס ווערט אַרויסגערעדט BROYT אָדער BREYT — סײַ אין „הויט“, וואָס ווערט בדרך־כּלל אַרויסגערעדט HOUT אָדער HOYT; נאָר אין קיין שום דיאַלעקט זאָגט מען נישט סײַ BROYT, סײַ HOYT.

איז קודם־כּל ווייסן מיר, אַז אין גרויסע טיילן אוקראַיִנע און באַסאַראַביע האָט מען אַ מאָל אַרויסגערעדט ס׳וואָרט „הויט“ HUT, אָבער אין 20סטן י״ה האָט ס׳רובֿ געוועלטיקט דאָרטן HOYT — איז דער אַרויסרעד יאָ סײַ BROYT, סײַ HOYT. חוץ דעם פֿרעגט זיך: וואָסער כּלל־שפּראַך איז נישט קיין געקינצלטע? דאַכט זיך, אַז יעדע כּלל־שפּראַך קומט צום טייל אויף פֿון זיך אַליין, אָן דעם אַרײַנמישן זיך פֿון קיין אויטאָריטעט, אָבער אין לעצטן סך־הכּל מוז דאָך יאָ אויפֿקומען אַן אויטאָריטעט. אײַ, ענגליש, למשל, האָט נישט קיין שפּראַך־אַקאַדעמיע? אָבער אויטאָריטעטן זענען דאָך פֿאָרט דאָ: מלוכישע שולסיסטעמען אד״גל. דאָס וואָס ס׳איז נישטאָ קיין אַקאַדעמיע הייסט אפֿשר, אַז דער צוגאַנג צו שפּראַך איז נישט קיין אויסגעהאַלטענער, אָבער אַן אויטאָריטאַטיווער צוגאַנג איז יאָ דאָ.

פֿראַנצייזיש, ווידער, האָט דאָך יאָ אַן אַקאַדעמיע. אײַ, זייער אָפֿט פֿאָלגט מען זי נישט? אָבער רעכענען רעכנט מען זיך מיט איר. די השׂגה „קאָרעקט פֿראַנצייזיש‟, מיט צי אָן דער אַקאַדעמיע, איז אָנגענומען לכל־הדעות. כאָטש אין טאָג־טעגלעכן לעבן ווײַכט ס׳גערעדטע לשון פֿונעם ליטעראַרישן, איז אָבער ס׳ליטעראַרישע לשון אַ מוז דאָרטן וווּ מע רעדט פֿאָרמעל. דאָס זעלביקע הערט מען וועגן טשעכיש: נישט נאָר אין פּראָג, נאָר איבער גאַנץ טשעכײַ רעדט מען אין טאָג־טעגלעכן לעבן דעם פּראָגער דיאַלעקט, אָבער דאָס „געקינצלטע“ ליטעראַרישע לשון, וואָס אויב ס׳האָט אַ מאָל געשטימט מיטן גערעדטן שטימט עס הײַנט אַוודאי און אַוודאי נישט, איז אַ מוז בײַם שרײַבן, בײַם רעדן פֿון דער טריבונע, אומעטום וווּ דער עטיקעט פֿאָדערט פֿאָרמעלקייט. אויך אויף אַראַביש איז דאָס זעלביקע; נאָך דוגמות קען מען ברענגען לרובֿ. דאָס עובֿר זײַן אויף דעם כּלל, ד״ה, דאָס שרײַבן אָדער רעדן די שמועסשפּראַך אין אַ פֿאָרמעלן קאָנטעקסט, איז אַ בכּיוונדיקער אופֿן אַרויסצוברענגען שמועסשפּראַכיקייט, נישט קיין סימן פֿון אויספֿײַפֿן די ליטעראַרישע נאָרמע.

נאָך אַן „אײַ“: אײַ, ס׳רובֿ הײַנטיקע ייִדיש־רעדערס, ד״ה חרדים, גייט נישט אָן דער כּללישער אַרויסרעד וואָס דער ייִוואָ א״אַ אינסטיטוציעס ניצן אין זייערע שפּראַכקורסן? דאָס איז שוין אַ מעשׂה פֿאַר זיך.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.