”דער וועקער“ אינטערוויויִרט הרבֿ ישׁשׁכר כּ׳׳ץ

“Der Veker’’ Interviews Rabbi Ysoscher Katz

Der Veker

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published September 26, 2018.

זינט מע האָט אין 2017 אָנגעהויבן אַרויסצוגעבן דעם ליבעראַלן חסידישן זשורנאַל ”דער וועקער“, האָט ער אַרײַנגעבראַכט אַ שטיקל רעוואָלוציע אינעם פֿרומען זשורנאַליזם.

”דער וועקער“ איז, בעצם, די איינציקע געדרוקטע אויסגאַבע אָנגעשריבן פֿון חסידים, וואָס קען זיך (כאָטש צום טייל) דערלויבן ניט נאָכצופֿאָלגן די דיקטאַטן פֿון די פֿאַרשידענע חסידישע רבנים, עסקנים און ועדים — די פֿיגורן וואָס באַשליסן וועלכע טעמעס מע מעג יאָ און וועלכע ניט דיסקוטירן אין אַ חסידישן זשורנאַל.

די פּינקטלעכע סיבות פֿאַר וואָס אָט דער פֿרײַדענקערישער זשורנאַל איז מסוגל ווײַטער אָנצוגיין, ניט געקוקט אויף דעם וואָס אַ ריי אַנדערע ענלעכע פּרוּוון זענען באַלד אונטערגעגאַנגען צוליבן דרוק פֿון רבנים, שטראַשונקעס און בויקאָט־קאַמפּאַניעס, זענען מיר ניט אין גאַנצן קלאָר. זיכער שפּילט אין דעם אַ גרויסע ראָלע דער פֿאַקט, וואָס ”דער וועקער“ האָט זיך אָנגעהויבן ווי אַ צוּוווּקס צום באַרימטן אינטערנעץ־פֿאָרום ”קאַווע־שטיבל“ און איז לכתּחילה געווען אַן אינטערנעץ־זשורנאַל, וואָס איז שפּעטער אַרויס צווישן טאָוולען. אַנדערע מעגלעכע סיבות: ס׳רובֿ מיטאַרבעטער אינעם זשורנאַל בלײַבן אַנאָנים און פּרובירן ניט צו שאַפֿן דערפֿון קיין פּרנסה, און דאָס דערלאָזט, אַז זיי זאָלן זיך פֿילן פֿרײַער צו שרײַבן וואָס זיי ווילן. ס׳איז מיר אויך קלאָר, אַז אַ דאַנק ”אַמאַזאָן“, וואָס דרוקט אָפּ דעם זשורנאַל אין וויפֿל עקזעמפּלאַרן מע וויל און שיקט זיי דירעקט דורכן פּאָסט צום לייענער, איז עס הײַנט פֿינאַנציעל אַ סך גרינגער אַרויסצוגעבן אַזאַ צײַטשריפֿט ווי מיט אַפֿילו 5 יאָר צוריק.

ווי עס זאָל ניט זײַן, האַלט דער ”וועקער“ אין איין באַהאַנדלען טעמעס, וואָס זענען אַלץ מער קאָנטראָווערסיעל אויף דער חסידישער גאַס. דער נײַער יום־טובֿדיקער נומער, פֿון 192 זײַטלעך, שליסט אײַן אַן אינטערוויו מיט הרבֿ ישׂשׂכר כּ׳׳ץ, אַ מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער רבֿ פֿון אַ סאַטמערער משפּחה, וואָס האָט באַקומען סמיכה פֿונעם סאַטמאַרער דיין און איז הײַנט אַ מגיד־שיעור בײַם רבנים־סעמינאַר „ישיבֿת חובֿבֿי תּורה“. ער שטרעבט צו פֿאַרגרעסערן די ראָלע פֿון פֿרויען אין די מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע שילן.

אין נאָך אַן אינטערוויו אויף אַ קאָנטראָווערסיעלער טעמע, דערציילט דער חסידישער בלאָגער קטלא קניא וועגן זײַן נײַעם פּאָלעמישן ביכל ”ותּינוק ללמדו ספֿר“, וואָס פֿאַרדאַמט די הײַנטיקע חסידישע חינוך־סיסטעם.

דעם נײַעם נומער ”דער וועקער“ קען מען באַקומען אין אַ ריי קיאָסקטן אין ברוקלין און אין מאָנסי, ווי אויך דורך אַמאַזאָן.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.