מע זוכט פּראָיעקטן וואָס פֿאַרשטאַרקן ייִדיש־קענטעניש בײַ קינדער

Projects Sought that Improve Children's Yiddish Skills

קינדער פֿאַרברענגען אויף דער הײַיאָריקער ייִדיש־וואָך
Judith Bro-Pinhasik/Yugntruf
קינדער פֿאַרברענגען אויף דער הײַיאָריקער ייִדיש־וואָך

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published September 27, 2018.

די „אַהרון און סאָניע פֿישמאַן־פֿונדאַציע פֿאַר ייִדישער קולטור‟ האָט אַרויסגעלאָזט אַ מעלדונג, אַז זי פֿאַרבעט סובווענץ־אַפּליקאַציעס פֿאַר נײַע פּראָיעקטן אויף צו פֿאַרשטאַרקן דעם ייִדיש־רעדן בײַ קינדער און יוגנטלעכע.

פֿאַראַיאָרן האָט די פֿונדאַציע, למשל, געשטיצט אַ נײַע וועבזײַט וואָס דערמעגלעכט יונגע מענטשן צו שמועסן אויף ייִדיש; אַ פּראָגראַם וואָס לערנט קינדער ייִדיש אין פּאַריז, און אַן איניציאַטיוו דורך „יוגנטרוף יוגנט פֿאַר ייִדיש‟ אַרויסצוגעבן ייִדישע קינדערביכער אין אַ צוויישפּראַכיקן פֿאָרמאַט.

ד׳׳ר דוד פֿישמאַן, וואָס פֿירט אָן מיט דער פֿונדאַציע האָט איבערגעגעבן דעם פֿאָרווערטס, אַז די פֿונדאַציע האָט אויך אונטערגעשטיצט אַזעלכע פּראָיעקטן ווי די באַנײַטע יונגט־אויסגאַבע פֿון מאָטל פּייסי דעם חזנס, אַרויסגעגעבן דורך דער „ייִדיש־ליגע‟, אַ ייִדיש־קלאַס אין אַ ליובאַוויטשער מיידל־שול און אַ פּראָגראַם אין תּל־אָבֿיבֿ, וואָס לערנט קינדער ייִדישע לידער.

דער טערמין אויף אַפּליקאַציעס פֿאַרן יאָר 2019 איז דער 15סטע נאָוועמבער 2018.

אַפּליקאַציעס מוזן אָנגעשריבן ווערן אויף ייִדיש, און דאַרפֿן נאָכפֿאָלגן די אַפּליקיר־אינסטרוקציעס, וואָס מע קען געפֿינען אויף דער פֿונדאַציעס וועבזײַט:

http://www.fishmanfoundation.org/wwwfishmanfoundationorg/howtoapplyforagrant.html

די אַפּליקאַציעס קען מען אַרײַנשיקן דורך בליצפּאָסט צו:

applications@fishmanfoundation.org

אָדער דורך דער געוויינטלעכער פּאָסט אויפֿן ווײַטערדיקן אַדרעס:

Fishman Foundation for Yiddish Culture
468 Riverside Drive, Apt 43
New York, NY 10027

די אויסגעטיילטע סובווענצן וועט מען מעלדן אין דעצעמבער 2018.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.