ייִדיש־קאָנפֿערענץ אין פּעטערבורג

Yiddish Conference in St. Petersburg

די קאָנפֿערענץ־באַטייליקטע פֿאָרן מיט אַ שיף אינעם צענטער פֿון פּעטערבורג, אַ טאָג נאָך דער קאָנפֿערענץ
Saint Petersburg State University
די קאָנפֿערענץ־באַטייליקטע פֿאָרן מיט אַ שיף אינעם צענטער פֿון פּעטערבורג, אַ טאָג נאָך דער קאָנפֿערענץ

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published October 09, 2018.

אינעם פּעטערבורגער אוניווערסיטעט איז לעצטנס פֿאָרגעקומען די דריטע אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענץ אויף דער טעמע „העברעיִש און ייִדיש אינעם קאָנטעקסט פֿון דער מאָדערנער בילדונג און קולטור‟. אַ טאָג פֿאַר דער איין־טאָגיקער קאָנפֿערענץ, וואָס איז פֿאָרגעקומען דעם 4טן סעפּטעמבער, האָט מען דורכגעפֿירט די עפֿענונג־צערעמאָניע און אַ קורצע שיף־נסיעה אַרום דעם אינדזל, וווּ דער אוניווערסיטעט געפֿינט זיך.

צווישן די רעפֿערענטן האָט מען מיך אויף פֿאַרבעטן רעדן, האָב איך געגעבן אַ לעקציע וועגן די שפּראַכלעכע באַזונדערקייטן פֿון ייִדיש־שפּראַכיקע פֿילאָסאָפֿישע טעקסטן. מײַנע לייענער ווייסן, אַז אַ סך מאָל האָב איך שוין געשריבן אויף פֿילאָסאָפֿישע און טעאָלאָגישע טעמעס.

ד״ר ניצה דורי, אַ לאַדינאָ־אַקטיוויסטע און קענערין פֿון חיפֿה, האָט דערציילט וועגן דער באַציִונג פֿון די ספֿרדישע שרײַבער אין סאַלאָניק, אָנהייב דעם 20סטן יאָרהונדערט, צו דעם שווערן מצבֿ, אין וועלכן עס האָבן זיך דעמאָלט געפֿונען די אַשכּנזישע ייִדן אין פֿאַרשיידענע לענדער.

קאַטערינע דובראָווקאַיאַ, אַ פֿילאָלאָגין און ייִדיש־לערערין פֿונעם פּעטערבורגער אוניווערסיטעט, האָט באַשריבן אויף ייִדיש דעם מצבֿ פֿון ייִדיש־פֿילאָלאָגיע אין פֿאַרגלײַך מיט די לאַדינאָ־שטודיעס.

ד״ר דלית אַסולין פֿונעם חיפֿהר אוניווערסיטעט – אַ ספֿרדישע פֿרוי, וואָס קען זייער גוט ייִדיש – האָט מיט טשיקאַווע בײַשפּילן גערעדט וועגן פֿאַרשיידענע וואַריאַנטן פֿונעם הײַנטיקן חרדישן ייִדיש אין ארץ־ישׂראל און ענגליש־רעדנדיקע לענדער.

צוזאַמען מיט אַן אַנדער פּעטערבורגער ייִדישיסטקע פֿונעם „אייראָפּעיִשן אוניווערסיטעט‟, יעקאַטערינע קאַראַסעוואַ, האָט דובראָווסקאַיאַ דערציילט ווי אַזוי בלאָגן און אַנדערע אינטערנעץ־רעסורסן ווערן געניצט פֿון ייִדיש־תּלמידים. צום בײַשפּיל, די אַרטיקלען אויף דער וועבזײַט פֿונעם „פֿאָרווערטס‟ קומען כּסדר צו הילף אין די אַקאַדעמישע סבֿיבֿות. פֿאַרשיידענע פֿרומע פֿאָרומס און בלאָגן דינען אויך ווי זייער אַ נוצלעך מיטל פֿאַר די סטודענטן, ווײַל זיי דערמעגלעכן זיך צו באַקענען מיט די לעבעדיקע דיאַלעקטן פֿון ייִדיש, הגם די אָנהייבער מוזן געדענקען, אַז די שפּראַך פֿון די הײַנטיקע חסידים שיידט זיך אונטער פֿונעם אַמאָליקן מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדיש, שוין אָפּגערעדט פֿון דער כּלל־שפּראַך.

אין זייער פּרעזענטאַציע, האָבן די אויפֿטרעטערינס געוויזן אַ פֿראַגמענט פֿון די ייִדיש קאָך־ווידעאָס פּראָדוצירט פֿון דער פֿאָרווערטס־רעדאַקטאָרין שׂרה־רחל שעכטער און דער מײַסטער־קעכין איוו יאָכנאָוויץ – אַן אַנדער וויכטיקער אוצר, וואָס העלפֿט די תּלמידים צו פֿאַרשטיין דעם לעבעדיקן היימישן אַקצענט, וואָס שטימט נישט מיטן אָפֿיציעלן ייִוואָ־נוסח.

געוויסע ייִדיש־מאַטעריאַלן ווערן אָבער נישט רעקאָמענדירט פֿון די ייִדיש־לערערינס: למשל, ליפּע שמעלצערס לידערס און שמועסן. לעבעדיק קלינגען זיי זיכער, נאָר דאָס לשון איז צו אַמעריקאַניזירט. פֿאָרט, קאָנען זיי אויך דינען ווי אַ הילף־מיטל צו פֿאַרשטיין די פּראָצעסן, וואָס גייען איצט אָן אין דער דער שפּראַך. אַן אַנדער רעסורס, וואָס די צוויי ייִדישיסטקעס האָבן רעקאָמענדירט, איז די נײַע וועבזײַט „ייִדיש־בראַנזשע‟.

אויף דער קאָנפֿערענץ
Saint Petersburg State Universit
אויף דער קאָנפֿערענץ

יעלענאַ לוטשינאַ, פֿונעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים, האָט געשילדערט די מעגלעכע צוקונפֿט פֿון ייִדיש־שטודיעס. איר לעקציע האָט געהאַט אַ פֿוטוריסטישן טעם. וואָס וועט זײַן, למשל, ווען די ראָבאָטן וועלן אויספֿירן די מענטשלעכע אַרבעט און די קאָמפּיוטערס וועלן פֿאַרנעמען נאָך אַ גרעסער אָרט אין אונדזער לעבן?

צום סוף, האָט האַרווי שפּיראָ, אַ באַקאַנטער ייִדיש־לערער פֿון וואַשינגטאָן, אויפֿגעטראָטן מיט זייער אַ קאָנקרעטער באַשרײַבונג פֿון די הײַנטצײַטיקע ייִדיש־פּראָגראַמען איבער דער וועלט. צווישן אַנדערע, האָט ער באַמערקט, אַז די אַמעריקאַנער סטודענטן איז כּדאַי צו שטודירן ייִדיש אין ווילנע, אָבער די רוסישע – שוין גיכער אין וואַרשע.

די קאָנפֿערענץ האָט זיך געשלאָסן מיט אַ קליינעם קאָנצערט.

די אונטערנעמונג, אָרגאַניזירט דורך דער קאַטעדרע פֿון ייִדישע שטודיעס בײַם פּעטערבורגער אוניווערסיטעט, בשותּפֿות מיטן העברעיִשן צענטער אין ירושלים און דעם „וועלט־פֿאַראיין פֿון העברעיִש‟ („ברית עבֿרית עולמית‟), איז געווען זייער געראָטן און באַלערנדיק, צוליב עטלעכע סיבות. הגם העברעיִש האָט פֿיגורירט ווי די ערשטע שפּראַך אינעם טיטל פֿון דער קאָנפֿערענץ, האָט מען גערעדט כּמעט די גאַנצע צײַט וועגן ייִדיש, ווי אויך וועגן לאַדינאָ.

דער אינטערעס סײַ צום הײַנטיקן חרדישן ייִדיש, סײַ צו אַזעלכע טעמעס, ווי ייִדישע פֿילאָסאָפֿישע טעקסטן, ווײַזט, אַז די ייִדיש־שטודיעס שטייען איצט אין רוסלאַנד אויף אַ הויכן ניוואָ.

אין מײַן אויפֿטריט האָב איך באַטאָנט, אַז ס׳איז וויכטיק צו ווײַזן די הײַנטיקע ייִדיש־תּלמידים, אַז אונדזער שפּראַך טויג נישט בלויז פֿאַר ליבע־לידער צי דערציילונגען וועגן די אַמאָליקע שטעטלעך, נאָר אויך פֿאַר אַזעלכע קאָמפּליצירטע טעמעס, ווי פֿילאָסאָפֿיע און צווישן־רעליגיעזע פֿאָרשונגען. אַ דאַנק די אַמעריקאַנער וועבזײַטן און בלאָגן, זענען די תּלמידים איבערצײַגט, אַז ייִדיש איז נישט אַ קיין „גוססדיקע‟ שפּראַך, נאָר אַ לעבעדיק, בליִענדיק און הויך־אַנטוויקלט לשון, כאָטש בעיקר לעבט ער הײַנט אויף יענער זײַט פֿונעם אַטלאַנטישן אָקעאַן.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.