זיך דערמאָנט לעצטנס אינעם הוראַגאַן „סענדי‟

Remembering Hurricane Sandy

Yehuda Blum

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published October 11, 2018.

מיט 6 יאָר צוריק, ווען עס האָט זיך אָנגעהויבן דער הוראַגאַן „סענדי‟, האָב איך געשמועסט מיט עמעצן אין רוסלאַנד איבערן „סקײַפּ‟ און געוויזן מיט דער הילף פֿון דער קאָמפּיוטער־קאַמערע, ווי הונדערטער פֿייגעלעך האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אויף די ביימער קעגנאיבער מײַן פֿענצטער אין סטאַטען־אײַלענד. די ביימער האָבן גענומען זיך שאָקלען אונטערן שטאַרקן ווינט, און די פֿייגל – דאַכט זיך, שטאַרן (starlings) – האָבן איבערגעשראָקענע אָנגעהויבן הויך צוויטשערן.

פּלוצעם איז מײַן שמועס איבערגעריסן געוואָרן, ווײַל די עלעקטרע אין שטוב האָט זיך אָפּגעהאַקט. באַלד האָט זיך אָנגעהויבן אַן אמתער מבול און די פֿייגל־ביימער זענען געפֿאַלן. נאָכן הוראַגאַן האָט אַפֿילו די רעדאַקציע פֿונעם „פֿאָרווערטס‟ במשך פֿון עטלעכע וואָכן געמוזט אַרבעטן אין אַן אַנדער בנין. שפּעטער האָט מען איבערגעגעבן דעם חשבון, אַז 233 מענטשן אין די געליטענע לענדער זענען אומגעקומען בעת דער פֿאַרפֿלייצונג.

די פֿאָריקע וואָך האָב איך געשריבן, אַז מיט געוויסע חשבונות קאָן מען לייזן אַ ריי סתּירות צווישן דער מאָדערנער וויסנשאַפֿט און דער בריאת־העולם. צום באַדויערן, לאָזט זיך דאָס נישט מאַכן אַזוי גרינג מיטן פּשוטן פּשט פֿון דער איצטיקער פּרשה.

לויט אַלע געביטן פֿון דער הײַנטצײַטיקער וויסנשאַפֿט – ביאָלאָגיע, געאָלאָגיע, פֿיזיק, געשיכטע – האָט מיט פֿיר טויזנט יאָר צוריק בשום־אופֿן נישט געקאָנט זײַן אַ מבול, וואָס האָט פֿאַרפֿלייצט די גאַנצע ערד, צוגעדעקט מיט וואַסער די העכסטע בערג, און אומגעבראַכט אַלע לעבעדיקע באַשעפֿענישן אויף דער יבשה. אַזאַ קאַטאַסטראָפֿע וואָלט איבערגעלאָזט אַ ריזיקן רושם אויפֿן פּלאַנעט.

פֿאַרשטייט זיך, מעג עמעצער גלייבן, אַז דער באַשעפֿער האָט על־פּי־נס אַרײַנגענומען אַלע חיות אויף דער תּיבֿה, בכּיוון אויסגעמעקט אַלע סימנים פֿונעם מבול און צעשיקט די חיות צוריק אין זייערע היים־מקומות אַרום דער וועלט. על־פּי טבֿע, וואָלט אַפֿילו דער טרויעריק באַרימטער „טיטאַניק‟, וועלכער איז געווען ממשותדיק גרעסער ווי די תּיבֿה, לויט די חשבונות אין אונדזער פּרשה, געקאָנט דינען ווי אַ מקום־מיקלט בלויז פֿאַר אַ קליינעם טייל פֿונעם ריזיקן וועלט־זאָאָפּאַרק. איך זאָג דאָס נישט, חלילה, צו שטיצן אַפּיקורסישע ספֿקות, נאָר האָפֿנדיק צו געפֿינען אַ שׂכלדיקן שליסל צום „וויסנשאַפֿטלעך געשטימטן‟ אָפּטײַטש פֿון אונדזער פּרשה.

פֿון דעסט וועגן, האָבן די וויסנשאַפֿטלער באַשטעטיקט, אַז גלאָבאַלע קאַטאַסטראָפֿעס זענען יאָ אויסגעבראָכן, און נישט איין מאָל. נישט לאַנג צוריק האָט אַ גרופּע געאָלאָגן פֿאַרעפֿנטלעכט אַ פּרטימדיקע פֿאָרשונג, אַ סך־הכּל פֿון שטודיעס אין 170 ערטער אַרום דער וועלט, לויט וועלכע עס זענען מיט אַרום 13 טויזנט יאָר צוריק געפֿאַלן אויף דער ערד צעהיצטע פֿראַגמענטן פֿון אַ קאָמעט, אַרויסרופֿנדיק אומעטום ריזיקע פֿאַרפֿלייצונגען און שׂרפֿות. פֿאַר די פֿאַרהיסטאָרישע מענטשן איז עס זיכער געווען אַ גלאָבאַלע קאַטאַסטראָפֿע. פֿאָרט, גייט דאָך דאָ אַ רייד וועגן אַן אַנדער תּקופֿה, וואָס שטימט נישט מיטן פּשט פֿון דער תּנ״כישער כראָנאָלאָגיע.

דער מאָראַלישער און רוחניותדיקער אַספּעקט פֿון דער מבול־מעשׂה איז אַוודאי זייער באַלערנדיק. צום בײַשפּיל, באַמערקן די חסידישע צדיקים, אַז דאָס וואָרט „תּיבֿה‟ מיינט אויך אַ וואָרט; די ווערטער פֿון תּפֿילה ראַטעווען אונדז פֿונעם טאָג־טעגלעכן מבול פֿון גשמיותדיקע טירחות. אויב אַזוי, איז דער מבול טאַקע אַן אַלעגאָריע?

לאָמיר באַטראַכטן די קשיא פֿון אַן אַנדער זײַט. די הײַנטיקע מעדיצין האָט מיט גרויס דערפֿאָלג באַזיגט אַ סך קראַנקייטן, וואָס מיט 100 יאָר צוריק האָט מען זיי באַטראַכט ווי טייטלעכע. דער אַלגעמיינער ניוואָ פֿונעם מענטשלעכן לעבן שטײַגט, אַ דאַנק אַגריקולטורעלע און טעכנאָלאָגישע חידושים. און פֿאָרט, קעגן אַזאַ פּשוטער זאַך ווי אַ שטאַרקער רעגן האָבן מיר נישט קיין עצה. ניו־יאָרק, מיט זײַן גאַנצער גאָר אַנטוויקלטער אינפֿראַסטרוקטור, איז בעתן שטורעם געבליבן אומבאַהאָלפֿן. אויף יענער זײַט פֿונעם אַטלאַנטישן אָקעאַן האָט דער עולם רויִק געזען די קאַטאַסטראָפֿע פֿאַרן טעלעוויזאָר, ווען אַ סך ניו־יאָרקער, בין איך זיכער, האָבן דעמאָלט געדאַוונט מיט האַרציקע תּשובֿה־מחשבֿות און זיך לעבעדיק פֿאָרגעשטעלט די בוכשטעבלעכע געשעענישן פֿון אונדזער פּרשה. אַן אַלעגאָריע צי נישט, בלײַבט דער סאַמע פּשוטער פּשט בעת אַזעלכע אומגעוווּנטשענע מאָמענטן גאַנץ אַקטועל פֿאַר אונדז — דער אייבערשטער זאָל אָפּהיטן.