אַלט־ייִדיש, ליטעראַטור און לינגוויסטיק דיסקוטירט אין דיסלדאָרף

Old Yiddish, Literature and Linguistics Discussed in Dusseldorf

אַ גרופּע באַטייליקטע אויף דער קאָנפֿערענץ.
Miriam Gutschow
אַ גרופּע באַטייליקטע אויף דער קאָנפֿערענץ.

פֿון דיאַנע שאַפּיראָ

Published October 16, 2018.

ווי אַ נײַע ייִדיש־פֿאָרשערין, איז מיר געווען אַ גרויסער כּבֿוד זיך צו באַטייליקן אינעם 21סטן סימפּאָזיום פֿאַר ייִדישע שטודיעס וואָס איז פֿאָרגעקומען בײַם אָנהייב פֿונעם איצטיקן האַרבסטסעזאָן אין דײַטשלאַנד. איך האָב גערעדט וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור נאָכן חורבן פֿאַר אַן אַקאַדעמישן פֿאָרום וואָס איז גוט באַקאַנט אין דער ייִדיש־וועלט און וווּ יאָרן לאַנג ווערן געבראַכט, אַ דאַנק דער גרינדערין פֿונעם סימפּאָזיום — פּראָפֿ’ מאַריאָן אַפּטראָט, די גרעסטע ייִדיש־פֿאָרשערישע שטערן.

אויפֿן הײַיאָריקן סימפּאָזיום, וואָס איז פֿאָרגעקומען פֿונעם 3טן ביזן 5טן סעפּטעמבער 2018 אין דיסלדאָרף, האָבן זיך פֿאַרזאַמלט ייִדיש־פֿאָרשערס, סטודענטן, איבערזעצערס, פֿאַרלעגערס און סתּם אוהבֿי־ייִדיש. דערצו זײַנען אַלע פֿאַרבעטן געוואָרן אויפֿן קאָנצערט „אויפֿן וועג — אַ נסיעה: ייִדישע לידער פֿון אַמאָל, דאָ און איצט‟, וווּ ס׳האָט צום ערשטן מאָל אויפֿגעטראָטן זאַנדראַ ירון און נועם קאַסטערשטיין, אַ מאַמע און אַ זון. בכלל איז דאָס געווען אַ רײַכע קולטור-פּראָגראַם פֿון דער דיסלדאָרפֿער ייִדישער קהילה, אײַנגעשלאָסן אַ לעקציע פֿון בריגיטע װאַן קאַן, „צווישן שלום עליכם און סטאַלין‟ — וועגן שלמה מיכאָעלס און דער געשיכטע פֿונעם מאָסקווער „גאָסעט‟־טעאַטער (1949-1919), ווי אויך אַן אויסשטעלונג פֿון זעלטענע צייכענונגען פֿון דער רובינשטיין־זאַמלונג װעגן די פֿאָרשטעלונגען אין ייִדיש־סאָוועטישע טעאַטערס.

במשך פֿון דרײַ אינטענסיווע טעג אין דיסלדאָרף האָב איך אַ סך געשמועסט מיט מײַנע קאָלעגן ד”ר לאה שעפֿער (דיסלדאָרף), דאַריאַ וואַכרושעוואַ (דיסלדאָרף), ד”ר עלוויראַ גרעזינגער (בערלין) און ליליאַן טירק (האַמבורג) — אַ וויסנשאַפֿטלעכע מיטאַרבעטערין וואָס איז געקומען אויפֿן סימפּאָזיום ווי אַ צוהערער. אַלע האָבן באַמערקט אַז דער יערלעכער סימפּאָזיום איז זיי זייער וויכטיק; אַז ער דינט ווי אַ פּלוראַליסטישער ייִדיש־קרײַז בײַ וועלכן אַקאַדעמיקער קענען זיך טרעפֿן, זיך באַקענען מיט נײַע פֿאָרשערס און הערן וואָס עס טוט זיך אין דער אַקאַדעמישער וועלט פֿון ייִדיש־שטודיעס.

אוטע לויזע סימעאַן (פֿראַנקפֿורט־אַם־מײַן) האָט רעפֿערירט וועגן דעם מאָדערנעם ייִדישן טעאַטער אין ריגע — איר ערשטער רעפֿעראַט אויף יידיש, און לאה גרינבערג (דוק־אוניווערסיטעט אין דורהאַם) האָט געהאַלטן אַ לעקציע, “ווי די טײַערע לעזערין רעדט - ליבע און שפּראַך ווי אַן אויפֿשטאַנד אין יצירה פֿון אײַזיק מאיר דיק (איר ערשטער רעפֿעראַט אויף דײַטש). צווישן די אַנדערע, שוין באַקאַנטע רעדנערס האָט לייזער בורקאָ (ייִדישער טעאָלאָגישער סעמינאַר, ניו־יאָרק) גערעדט וועגן זײַן פּראָיעקט צו שאַפֿן אַ ווערטערבוך פֿון ייִדישע דיאַלעקטן, און חנה ראָזענפֿעלד (זעלמאַ שטערנס צענטער פֿאַר ייִדיש־שטודיעס אין בערלין־בראַנדענבורג/וואַרשעווער אוניווערסיטעט) האָט געהאַלטן אַ רעפֿעראַט, „דער טאַנץ צווישן קינזשאַלן: צילע דראָפּקין און אירע לידער‟. ראָזענפֿעלד האָט דערציילט וועגן איר נײַעם איבערזעצונג־פּראָיעקט פֿון ציליע דראָפּקינס ווערק אויף דײַטש און פּױליש. ביז איצט האָט מען נישט אַרויסגעגעבן ציליע דראָפּקינס לידער װי אַ בוך אױף דײַטש. דער באַנד „דער אַלף־בית פֿון דער ליבע‟ ברענגט צונױף דעם ייִדישן אָריגינאַל פֿון די אױסגעקליבענע לידער, אין איינעם מיט זייער דײַטשער און פּוילישער איבערזעצונג.

„יעדעס מאָל איז אונדזער סימפּאָזיום פֿאַרשיידן אין זכות פֿון די מענטשן וואָס קומען,‟ האָט באַטאָנט פּראָפֿ’ אַפּטראָט וועלכער איז אויפֿגעטראָטן מיט דער לעקציע „אַ היסטאָריש ליד וועגן אַן אויפֿשטאַנד אין אַמסטערדאַם‟. „מיר גיבן די ייִדיש־פֿאָרשערס דאָס גערעם; וואָס עס קומט פֿאָר אויפֿן סימפּאָזיום גופֿא — הענגט אָפּ פֿון זיי. מיר זײַנען צופֿרידן וואָס נישט געקוקט אויף דעם וואָס עס קומען פֿאָר אַ סך קאָנפֿערענצן אין דער גאָרער וועלט, כּמעט גלײַכצײַטיק, האָבן אַזוי פֿיל רעדנערס אויסגעקליבן דווקא אונדזער סימפּאָזיום פֿון ייִדישע שטודיעס אין דײַטשלאַנד.‟

אַ צווייטער אָרגאַניזאַטאָר פֿונעם סימפּאָזיום, פּראָפֿ’ שמעון נויבערג (טרירער אוניווערסיטעט), האָט דערקלערט אַז יעדעס יאָר רעדט מען אַרום די פֿראַגע, צי מע זאָל פֿירן דעם סימפּאָזיום אויף דײַטש און ייִדיש אָדער דײַטש און ענגליש. „פֿון איין זײַט, זײַנען טאַקע דאָ מענטשן וואָס קענען נישט רעדן ניט דײַטש און ניט ייִדיש, װאָס מיר פֿאַרלירן זײ אפֿשר. אָבער האָבנדיק אַ ברירה, האָבן מיר אויסגעקליבן ייִדיש. מיר ווילן זײַן פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר ייִדיש. אַ גרויסע מעלה פֿון אונדזער סימפּאָזיום באַשטײט אויך אין דעם, אַז עלטערע, שוין גוט באַקאַנטע פֿאָרשערס קומען אין קאָנטאַקט מיט ייִנגערע, וואָס הייבן אָן זייער װעג אין ייִדיש־פֿאָרשונג. מיר זײַנען צופֿרידן מיט דער קוואַליטעט פֿונעם סימפּאָזיום; ווי אַלע יאָר, זײַנען פֿאַראַן רעפֿעראַטן סײַ וועגן דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער שפּראַך און אַלט־ייִדיש, סײַ וועגן דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור.

ד׳׳ר שמעון נויבערג  און פּראָפֿ’ מאַריאָן אַפּטראָט
Miriam Gutschow
ד׳׳ר שמעון נויבערג און פּראָפֿ’ מאַריאָן אַפּטראָט

אויך ד”ר אורן ראָמאַן (דיסלדאָרף), וואָס האָט געהאַלטן די לעקציע, „אַ מאַן קעמפֿט מיט אַ לייב: אַ קריסטלעכע טעמע אין ייִדישע עפּאָסן‟, שטרײַכט אונטער די וויכטיקייט פֿונעם אַקאַדעמישן פֿאָרום וווּ מע הערט רעפֿעראַטן סײַ וועגן דער עלטערער ייִדישער ליטעראַטור סײַ וועגן דער מאָדערנער. „עס קלינגען הײַנט צו טאָג שטימען, וואָס טענהן אַז די עלטערע ייִדישע ליטעראַטור געהערט כּלומרשט נישט צום באַגריף ׳ייִדיש׳ און מיר און מע זאָגט שוין אַפֿילו אַז די נײַערע ייִדישע ליטעראַטור איז אַ קאָרפּוס פֿון אַ טויטער שפּראַך… צוליב װאָס אַזאַ אַראָגאַנץ? עס איז זייער וויכטיק, אַז אויפֿן סימפּאָזיום געװעלטיקט אַן אינטעלעקטועל געזונטע מענטאַליטעט וואָס שייך דער פֿאָרשונג פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור.‟

רבֿקה שיין־כּחלון (לעווינסקי־קאָלעדזש, תּל־אָבֿיבֿ), וואָס האָט דעביוטירט מיט איר ערשטן רעפֿעראַט אויף ייִדיש, „ווער ביסטו, אבֿרהם רייזען?‟, רעדט אויטענטיש פּויליש־ייִדיש פֿון דער היים. זי האָט זיך אויך געלערנט ייִדיש בײַ פּראָפֿ’ דבֿ נוי און פּראָפֿ’ גרשון ווײַנער אין בר־אילן אוניווערסיטעט. איצט לערנט זי זיך אויפֿן קורס פֿון איבערזעצונג אינעם תּל־אָבֿיבֿער שלום־עליכם־הויז ביי בני מער און וויקי שיפֿריס און האַלט אין איבערזעצן אַבֿרהם רייזענס קורצע דערציילונגען. זי מיינט אַז כאָטש מע פֿלעגט אים נישט ווייניק קריטיקירן, איצט איז די צײַט ווידער צו אָנערקענען זײַן בײַטראָג אין דער ייִדישער ליטעראַטור. די שאַפֿונג פֿון אַבֿרהם רייזען (1953-1876), אַ גרויסער הומאַניסט װאָס האָט געשריבן פֿאַרן ברייטערן עולם, קאָן טאַקע דערװעקן אַן אינטערעס בײַ ישׂראלדיקע לייענערס צו דער ייִדישער קולטור.

מרים גוטשאָוו (אַמסטערדאַם), וואָס האָט גערעדט אויף דער טעמע, „ייִדיש אין גלחות‟, באַטייליקט זיך שוין לאַנגע יאָרן אינעם סימפּאָזיום. זי האָט זיך אויסגעלערנט די שפּראַך אין טריר בײַ פּראָפֿ’ עריקאַ טים, וועלכע איז געווען איר בעל־יועץ, און פּראָפֿ’ שמעון נויבערג. זי האָט זיך אויך געלערנט מאָדערן ייִדיש אין אָקספֿאָרד און אַלט־ייִדיש אין ירושלים בײַ חוה טורניאַנסקי. אין די לעצטע יאָרן האַלט גוטשאָוו אין פֿאָרשן ייִדישע טעקסטן אין גלחות (לאַטײַנישע שריפֿט). אין איר הײַיאָריקן רעפֿעראַט האָט זי אַנטפּלעקט די נײַע פּרטים וועגן דעם קראָקע־געבוירענעם זשורנאַליסט, דיכטער און שרײַבער סאָלאָמאָן דעמביצער — אַן אייניקל פֿונעם רבֿ און היסטאָריקער חיים־נתן דעמביצער (1892-1820). סאָלאָמאָן דעמביצער געהערט צו די, וואָס האָבן געשטרעבט אַריבערצוּװאַנדערן פֿון דער אַלטער מזרח־אייראָפּעיִשער היים צו דער נײַער מערבֿ־אייראָפּעיִשער וועלט. גוטשאָווס רעפֿעראַט אַנטפּלעקט אויך טשיקאַווע פּרטים וועגן דעמביצערס קאָנטאַקטן מיט סאָציאַל־דעמאָקראַטן און שפּעטער מיט יוסף אָפּאַטאָשו און נחום מײַזל.

ד”ר חייקע־ברוריה װיגאַנד
Miriam Gutschow
ד”ר חייקע־ברוריה װיגאַנד

אַן עכטער חידוש איז בײַ מיר געווען אַ גײַסטיקע, אינפֿאָרמאַטיווע לעקציע פֿון ד”ר חייקע־ברוריה װיגאַנד (אָקספֿאָרדער צענטער פֿאַר העברעיִשע און ייִדישע שטודיעס) — „באַשעוויסעס וועגעטאַרישקייט און די באַציִונג צו בהמות און חיות אין זײַנע ווערק‟.

באַשעװיס איז געװען באַקאַנט פֿאַר זײַן װעגעטאַרישקײט. אין אײנעם פֿון זײַנע אינטערװיוּען האָט ער אַ מאָל באַמערקט: „יסורים פֿאַראײניקן ניט בלויז דעם ייִד און דעם גוי, נאָר אויך דעם מענטש און די בהמה. זי דריקט עס ניט אויס מיט װערטער, נאָר װען אַ בהמה שרײַט, איז עס דאָס זעלבע געשרײ װי דאָס פֿון אַ מענטשן. די בהמה פֿרעגט אויך בײַ גאָט: פֿאַר װאָס האָסטו אונדז געלאָזט אויף הפֿקר?‟

ביז איצט זײַנען ניט געװען קײן סך אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען אויף דער דאָזיקער טעמע. באַשעװיסעס געפֿיל פֿון עקל לגבי שחיטה באַװײַזט זיך צום שטאַרקסטן אין זײַן דערצײלונג „דער שוחט‟, װוּ דער הויפּטהעלד יונה מאיר װערט געצװוּנגען צו װערן דער שוחט פֿונעם שטעטל קאָלאָמיי. אָבער די שחיטה פֿון יעדער בהמה טוט אים אַלײן וויי און ער הײבט אָן צו פֿרעגן קשיאות בײַ גאָט, פֿאַר װאָס ער האָט באַשאַפֿן אַ װעלט, װאָס איז פֿול מיט יסורים פֿאַר עופֿות און בהמות.

אין צענטער פֿונעם ראָמאַן „דער קנעכט‟ קומט פֿאָר אַ ליבע צװישן אַ ייִדישן קנעכט און דער טאָכטער פֿון זײַן פּוילישן האַר, אינעם 17טן יאָרהונדערט. נאָך דעם װי ער האָט איבערגעלעבט כמעלניצקיס שחיטות און מע האָט אים פֿאַרקויפֿט װי אַ קנעכט צו אַ פּוילישן פּויער, פּאַשעט ער די קי, צוזאַמען מיט זײַן געטרײַען הונט בלעם — אַן אומגעװײנטלעכע זאַך פֿאַר אַ ייִד אין יענער תּקופֿה.

מיט הנאה און וואַרעמקייט דערמאָן איך זיך אין דער שטאַרק ייִדישער וואָך אין סעפּטעמבערדיקן דיסלדאָרף, אין די אָנגענעמע טרעפֿונגען מיט קאָלעגן, דעם באַקענען זיך מיט דער דיסלדאָרפֿער ייִדישער קהילה, מיטן זינגען „זאָג ניט קיין מאָל‟ און די שפּאַצירן אויפן ברעג פון רײַן. וויל איך באַדאַנקען ד”ר אַיאַ עליאַדאַ פֿונעם העברעיִשן אוניווערסיטעט, וואָס האָט מיך דערמוטיקט זיך צו באַטייליקן זיך אינעם סימפּאָזיום.

צום סוף וויל איך אײַך מיטטיילן אַ וויכטיקע בשׂורה: בשנה הבאה בטריר! דער קומענדיקער סימפּאָזיום פֿאַר ייִדישע שטודיעס אין דײַטשלאַנד וועט פֿאָרקומען אין סעפּטעמבער 2019 אינעם טרירער אוניווערסיטעט.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.