דער אַדוואָקאַט וואָס האָט געראַטעוועט גראַדעס עזבֿון

The Lawyer That Saved Grade's Legacy

פֿון יחיאל שיינטוך

Published October 18, 2018.
דער אַדוואָקאַט נאָרמאַן ליס.
Getty Images
דער אַדוואָקאַט נאָרמאַן ליס.

(לכּבֿוד נאָרמאַן ליסעס ערשטער יאָרצײַט)

מיט אַ יאָר צוריק, דעם 24סטן סעפּטעמבער 2017, איז דער בכּבֿודיקער מאַנהאַטענער אַדוואָקאַט און מײַן פּערזענלעכער פֿרײַנד, נאָרמאַן ליס, אַוועק אין דער אייביקייט. 

איך האָב זיך באַקענט מיט אים ווען ער איז געווען 76 יאָר אַלט, באַלד נאָכן טויט פֿון אינאַ העקער גראַדע, די אלמנה פֿון חיים גראַדע.   אין איינעם אַ טאָג, אין מײַ 2010, האָט ער מיר טעלעפֿאָנירט פֿון ניו־יאָרק, און מיר געמאָלדן אַז עס געפֿינט זיך בײַ אים אַ קאָפּיע פֿון אינאַ העקער גראַדעס צוואה. אין אָט דער צוואה ווערן מיר דערמאָנט, מײַן פֿרוי טובֿה און איך, ווי די איינציקע יורשים פֿון חיים גראַדעס ירושה. וואָס עס איז געשען שפּעטער, געהערט צו דער געשיכטע. 

נאָרמאַן ליס איז געווען אַן אַמעריקאַנער ייִד געבוירן אין אַמעריקע אָנהייב דרײַסיקער יאָרן, ווען היטלער איז אַרויף אויפֿן בענקל. 

זײַן פֿאָטער איז געבוירן אין טאָרנע, פּוילן און עמיגרירט קיין אַמעריקע. נאָרמאַן ליס איז אויפֿגעוואַקסן ווי אַן אַמעריקאַנער. אויף וויפֿל איך ווייס, האָט ער נישט געקענט קיין ייִדיש אָדער העברעיִש, אָבער מער ווי 22 מאָל האָט ער באַזוכט מדינת־ישׂראל. ער איז געווען ביז גאָר אַקטיוו סײַ אין ייִדישע ענינים און סײַ אין אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿטלעכע און פּראָפֿעסיאָנעלע אינסטיטוציעס אין ניו־יאָרק. ער איז געווען אַקטיוו אין דער אָנפֿירערשאַפֿט פֿון דער היסטאָרישער ייִדישער געזעלשאַפֿט פֿון אַמעריקע, צווישן אַנדערע. אינאַ העקער גראַדע האָט אויסגעקליבן נאָרמאַן ליס צו זײַן דער דורכפֿירער פֿון דער צוואה וואָס איז פֿאַר זיך געווען אַ דעקלאַראַציע פֿון פּרינציפּן ווי אַזוי ווײַטער צו פֿירן די פֿאַרעפֿנטלעכונג פֿון גראַדעס ליטעראַרישער ירושה, אויף וויפֿל איך וועל פֿאָלגן אירע אינסטרוקציעס.

ווען אינאַ העקער גראַדע איז נפֿטר געוואָרן, בין איך אַ לענגערע צײַט שוין געווען פֿאַרנומען פֿאָרשנדיק און לערנענדיק מיט תּלמידים חיים גראַדעס שריפֿטן און ביאָגראַפֿיע, אין דעם ייִדיש־אָפּטייל פֿון העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים. אין די 18 יאָר נאָך גראַדעס טויט בין איך געווען אין אַ שריפֿטלעכן קאָנטאַקט מיט אינאַן און מיר האָבן אַ סך גערעדט דורכן טעלעפֿאָן. איך האָב זיך באַקענט מיט גראַדען ווען ער איז געקומען קיין ירושלים אין די אָנהייב 1970ער יאָרן. אינאַן האָב איך געטראָפֿן אין ניו־יאָרק, זומער 1983. מיר האָבן לאַנג געשמועסט. יעדן אָוונט נאָך אונדזערע טרעפֿונגען האָב איך פֿאַרשריבן די פּרטים פֿונעם שמועס אין אַ טאָגבוך. (וועגן מײַן ערשטער טרעפֿונג מיט אינאַ העקער גראַדע אויף דער גאַס אויף דער פֿיפֿטער אַוועניו און פּאַרק אַוועניו, האָב איך דעמאָלט באַשריבן אין פֿאָרווערטס.) 

ווען דער אַדוואָקאַט נאָרמאַן ליס האָט מיר צוגעשיקט די צוואה, האָב איך געזען אַז ער איז געחתמעט געוואָרן אין יאָר 1992.

זינט דעם ערשטן טעלעפֿאָן פֿון נאָרמאַן ליס פֿון מאַנהאַטן קיין ירושלים, האָבן מיר ביידע נאָכגעפֿאָלגט די אומדערוואַרטע געשעענישן פֿון גראַדעס עזבֿון. דאָס האָבן מיר געטאָן במשך פֿון אַכט יאָר. ליס איז געוואָרן מײַן אַדוואָקאַט „פּראָ באָנאָ‟, דאָס הייסט — נישט באַצאָלט, און מײַן רעפּרעזענטאַנט וויז־אַ־ווי דעם אַדמיניסטראַטאָר פֿון בראָנקס און אין ירושה־געריכט [„סאָראָגייט קאָרט‟] אין ניו־יאָרק. במשך פֿון אָט די יאָרן האָבן מיר זיך אַ סך דורכגעשריבן, און איך האָב ממש הנאה געהאַט לייענענדיק זײַנע בריוו. זיי זײַנען געווען אָנגעשריבן מיט אַ קלאָרן נוסח און אין אַ לעבעדיקן טאָן. צענדליקער בריוו האָבן מיר געשריבן איינער צום צווייטן. דורך זיי איז די גאַנצע געשיכטע פֿון גראַדעס עזבֿון געוואָרן דאָקומענטירט. 

אַנומלט האָט נאָרמאַן מיר געבעטן צי קען איך אויספֿאָרשן זײַן משפּחה־געשיכטע אין פּוילן, אין דער שטאָט טאָרנע, צווישן ביידע וועלט־מלחמות. אין יד־ושם האָב איך געפֿונען פּרטים וועגן זײַן פֿאָטער און משפּחה און אים געגעבן צו וויסן. ער איז שוין געווען באַקאַנט מיט אַ טייל פֿון דער אינפֿאָרמאַציע אָבער געוואָלט האָט ער וויסן מער. 

אין ירושה־געריכט אין ניו־יאָרק, איז נאָרמאַן ליס געווען מײַן אַדוואָקאַט און שטעלפֿאַרטרעטער, און זיך סומך געווען אויף דער קאָפּיע פֿון דער צוואה וואָס די אלמנה האָט אים פֿאַרטרויט. במשך פֿון מער ווי צוויי יאָר איז ער געווען טעטיק אינעם ירושה־געריכט אין אַ פּראָצעס וויז־אַ־ווי צוויי קוזינען פֿון גראַדען, אין די זיבעציקער. די קוזינען האָבן זיך בכלל נישט פֿאַראינטערעסירט אין גראַדעס ליטעראַרישער ירושה. אויב איך פֿאַרשטיי ריכטיק, האָט נאָרמאַן ליס באַשלאָסן במשך אָט די יאָרן פֿון לעגאַלע שטרײַטן איבער חיים גראַדעס עזבֿון, מיר אַרויסצוהעלפֿן ווי ווײַט מעגלעך, רעאַליזירן מײַן פֿאָרש־פּראָיעקט אָפּצודרוקן גראַדעס ייִדישע כּתבֿים. אינאַ העקער גראַדעס צוואה האָט זיך קאָנצענטרירט דער עיקר אַרום איר פֿאַרלאַנג אַז גראַדעס ייִדישע כּתבֿים זאָלן דערשײַנען אין אַן ענגלישער איבערזעצונג. 

נאָרמאַן ליס האָט גלײַך פֿאַרשטאַנען אַז אויב די צוויי קוזינען וועלן מצליח זײַן צו דערווײַזן זייער לעגאַלן סטאַטוס, וועט די קאָפּיע פֿון דער צוואה וואָס אין זײַן באַזיץ בכלל נישט העלפֿן. דערפֿאַר האָט ער באַשלאָסן זיך צו באַניצן מיט אַ פּסיכאָלאָגישן אַרגומענט כּדי צו ברענגען די פּרשה צו אַ פּאָזיטיוון סוף. די קוזינען זײַנען שוין געווען, ווי געזאָגט, אין די זיבעציקער, און איך פֿאַרשטיי אַז נאָרמאַן האָט ברמז געלאָזט וויסן דעם אַדוואָקאַט זייערן, אַז ער — נאָרמאַן ליס — וועט זײַן מסוגל צו פֿאַרלענגערן דעם פּראָצעס אין געריכט, אויפֿן סמך פֿון זײַן דערפֿאַרונג ווי אַ געניטער ליטיגאַטאָר אין אַזוינע פֿאַלן. 

דער אַדוואָקאַט פֿון די צוויי קוזינען, זעט אויס, האָט פֿאַרשטאַנען די אָנצוהערעניש, און ביידע אַדוואָקאַטן האָבן געשלאָסן אַן אָפּמאַך: אויב די קוזינען וועלן באַווײַזן אַז זיי זײַנען טאַקע גראַדעס שוועסטערקינדער, וועט נאָרמאַן ליס מוותּר זײַן, און דער אַדוואָקאַט פֿון דעם אַנדערן צד וועט באַזאָרגן דעם קליענט פֿון נאָרמאַן ליס מיט $3,000.

מײַן חלק אין אָט דער גאַנצער אונטערנעמונג וועט אין גיכן קומען צו אַ סוף: די $3,000 וועלן העלפֿן דעקן אַ טייל פֿון די הוצאות אָפּצודרוקן אַ ספּעציעלן בוך מיט גראַדעס עפֿנטלעכע רעפֿעראַטן וועגן פֿאַרשיידענע טעמעס אין יודאַיִסטישע לימודים — „חיים גראַדע בעל־פּה‟. אָט דער בוך איז אַ זאַמלונג פֿון 14 לעקציעס געהאַלטן אין פֿאַרשיידענע אינסטיטוציעס אין דער וועלט במשך פֿון די יאָרן 1958־1981. די רעפֿעראַטן זײַנען אַלע אויף ייִדיש.

איך ווייס נישט אויב נאָרמאַן ליס האָט געלייענט גראַדעס שריפֿטן אין אַן ענגלישער איבערזעצונג, אָבער ווי דער העברעער זאָגט: „מעשיך יקרבוך, ומעשיך ירחיקוך‟ (דײַנע מעשׂים וועלן דיך מקרבֿ זײַן, און דײַנע מעשׂים וועלן דיך דערווײַטערן). נאָרמאַן ליס האָט גענומען אויף זיך אַ שווערן עול, און במשך אַכט יאָר האָט ער געפֿירט אַ קאַמף לטובֿת דער ייִדישער קולטור. דאָס איז געווען דער בעסטער באַווײַז אויף וויפֿל דער חשובֿער אַדוואָקאַט נאָרמאַן ליס איז געווען גרייט צו טאָן אַלץ וואָס מעגלעך אַרויסצוהעלפֿן אַרויסגעבן חיים גראַדעס בוך. כּבֿוד זײַן אָנדענק.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.