קאָכקלאַס אין ניו־יאָרק פֿאַר ייִדיש־רעדנדיקע קינדער

NY Cooking Class For Yiddish-Speaking Children

Published October 22, 2018.
פֿון רעכטס: אַ גרופּע פּריפּעטשיק־קינדער, סאָניע פֿישמאַן, סאַשינקע און לאהלע צרפֿתי און סענדער גלעזער, מיטן עפּל־טאָרט וואָס זיי האָבן געבאַקן לכּבֿוד ראש־השנה, 2017
Rukhl Schaechter
פֿון רעכטס: אַ גרופּע פּריפּעטשיק־קינדער, סאָניע פֿישמאַן, סאַשינקע און לאהלע צרפֿתי און סענדער גלעזער, מיטן עפּל־טאָרט וואָס זיי האָבן געבאַקן לכּבֿוד ראש־השנה, 2017

קינדער וואָס קענען ייִדיש האָבן איצט אַ געלעגנהייט זיך אויסצולערנען קאָכן צוזאַמען מיט אַנדערע ייִדיש־רעדנדיקע קינדער.

דער חודשלעכער קאָכקלאַס איז אַרויסגעוואַקסן פֿון „פּריפּעטשיק‟, אַ שפּילגרופּע אָנגעפֿירט פֿון דער פֿאָרווערטס־רעדאַקטאָרין, שׂרה־רחל שעכטער אין ריווערדייל, ניו־יאָרק. אין אים באַטייליקן זיך קינדער וואָס ווערן דערצויגן אויף ייִדיש דורך דער מאַמען, דעם טאַטן אָדער דורך באָבע־זיידע. די קינדער זענען, בדרך־כּלל, צווישן 4 און 12 יאָר אַלט.

אין יעדן קלאַס, וואָס קומט פֿאָר פֿון 1:00 ביז 2:30 נאָך מיטאָג אינעם דריטן זונטיק פֿון יעדן חודש, גרייטן די קינדער צו דאָס מאכל אין אַ כּשרער קיך, נאָכפֿאָלגנדיק דעם רעצעפּט אויף ייִדיש. מע באַטייליקט זיך אויך אין אַנדערע אַקטיוויטעטן וואָס העלפֿן פֿאַרשטאַרקן זייערע רעד־פֿעיִקייטן. יעדעס קינד דערציילט, למשל, עפּעס אינטערעסאַנטס וואָס ס׳איז מיט אים געשען; מע הערט זיך צו צו מעשׂהלעך אויף ייִדיש, מע דיסקוטירט זיי און דערנאָך צייכענען די קינדער בילדער וואָס אילוסטרירן די מעשׂה.

דער הויכפּונקט פֿונעם קלאַס, אַוודאי, איז ווען מע ברענגט דאָס צוגעגרייטע מאכל צום טיש און מע נעמט זיך עסן!

דער קלאַס איז פֿרײַ פֿון אָפּצאָל אָבער מע מוז זיך פֿאַרשרײַבן פֿון פֿריִער. ייִדיש־רעדנדיקע משפּחות פֿון מחוץ ניו־יאָרק זענען אויך פֿאַרבעטן צו ברענגען זייערע קינדער ווען זיי קומען קיין ניו־יאָרק אויף אַ וויזיט.

משפּחות וואָס זענען פֿאַראינטערעסירט אין ברענגען זייער קינד אין „פּריפּעטשיק‟ קענען זיך פֿאַרבינדן מיט שׂרה־רחל שעכטער אויף דעם בליצפּאָסט־אַדרעס: schaechter@forward.com.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.