אַ נײַער מגדל־בבֿל צי אַן ערנסטער פּראָיעקט?

A New Tower of Babel Or A Realistic Project?

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published October 22, 2018.
Falcon 9
Falcon 9

די אַמעריקאַנער פֿירמע SpaceX, בראָש מיטן ביליאָנער אילאָן מאָסק, פֿאַרנעמט זיך איצט מיט גאָר אַן אַמביציעזן פּראָיעקט: צו שאַפֿן ריזיקע ראַקעטן, באַטיטלט Big Falcon Rocket („דער גרויסער פֿאַלק‟), וואָס וועלן פֿירן הויך אין הימל, צווישן־פּלאַנעטישע שיפֿן, פּאַסאַזשירן און ברענוואַרג.

פֿון דער הייך, לויטן פּלאַן, וועלן די שיפֿן קאָנען דערגרייכן די לבֿנה, מאַרס און אַפֿילו ווײַטערדיקע פּלאַנעטן. דעם 17טן סעפּטעמבער האָט דער יאַפּאַנישער גבֿיר יוסאַקו מאַעדזאַוואַ געמאָלדן, אַז ער וויל ווערן דער ערשטער פּאַסאַזשיר אויף מאָסקס פּלאַנירטער שיף. אין עטלעכע יאָר אַרום, באַטאָנט די פֿירמע SpaceX, וועט אַ גרופּע פֿון 6־8 טוריסטן, אַרײַנגערעכנט מאַעדזאַוואַ, זיך לאָזן אויף אַ קאָסמאָס־קרויִז אַרום דער לבֿנה, וואָס וועט דויערן בערך זעקס טעג.

אילאָן מאָסק האָט טאַקע אַרויסגעוויזן אַן אויסערגעוויינטלעכע פֿעיִקייט צו אַנטוויקלען קאָסמאָס־טעכנאָלאָגיעס ווי אַ פּריוואַט געשעפֿט — אָדער גיכער כּמו־פּריוואַט. למעשׂה, קאָאָפּערירט זײַן פֿירמע פֿעסט מיט „נאַסאַ‟ און באַקומט אַ סך שטיצע פֿון דער אַמעריקאַנער נאַציאָנאַלער קאָסמאָס־אַגענטור. בשותּפֿות מיט „נאַסאַ‟, האָט SpaceX מיט דערפֿאָלג שוין געליפֿערט 14 פֿראַכטשיפֿן אויף דער אינטערנאַציאָנאַלער קאָסמאָס־סטאַנציע.

אין פֿעברואַר 2017 האָט די קאָמפּאַניע, ווי אַ טשיקאַווע רעקלאַמע, אַרויסגעשיקט מאָסקס עלעקטרישן ספּאָרט־אויטאָ „טעסלאַ‟ מיט אַ מאַנעקען בײַם רודער אויף דער אָרביט פֿון דער זון. אין פּרינציפּ, זענען זײַנע ראַקעטן שוין פּאַסיק פֿאַר אַסטראָנאָטן; נאָך אַ צאָל נײַע עקספּערימענטן, האָפֿט די פֿירמע אָנצוהייבן שיקן מענטשן ביז דער לבֿנה און מאַרס. אין 2022 פּלאַנירט זי צו ברענגען אויפֿן רויטן פּלאַנעט צוויי אויטאָמאַטישע שיפֿן (אָן פּאַסאַזשירן) און אין 2024 — די ערשטע מענטשן.

אַן אַנדער גרויסע דערגרייכונג פֿון אילאָן מאָסקס פֿירמע איז די חידושדיקע טעכנאָלאָגיע, וואָס דערמעגלעכט די ערשטע שטאַפּלען פֿון די ראַקעטן זיך אומצוקערן בשלום אינעם פֿליפֿעלד. בײַ פֿריִערדיקע קאָסמאָס־ראַקעטן, ווי די אַמעריקאַנער „שאָטלס‟, האָט מען די שטאַפּלען געמוזט זוכן אינעם אָקעאַן, בערך 140 מײַל פֿונעם אַרויספֿלי־אָרט. נאָכן רעמאָנט, האָט מען געקאָנט ווידער אויסנוצן אַ ממשותדיקן טייל קאָמפּאָנענטן, אָבער די ראַקעטן זענען היפּש צעשעדיקט געוואָרן נאָכן פֿאַלן.

הײַנט פֿליִען אַלע אַסטראָנאָטן אין דער וועלט מיט דער הילף פֿון דער רוסלענדישער סיסטעם „סאָיוז־2‟, אין וועלכער עס ווערן פֿאַר יעדן פֿלי אויסגענוצט נײַע טרעגער־ראַקעטן. די איינמאָליקע סיסטעם איז מער פֿאַרלאָזלעך ווי פֿריִער, ווען צוויי פֿון פֿינף אַמעריקאַנער „שאָלטס‟ זענען, נעבעך, צעשטערט געוואָרן מיט 14 אומגעקומענע אַסטראָנאָטן. זינט 1971, נאָך צוויי אומגליק־פֿאַלן בײַם לאַנדן, האָבן סאָוועטיש־רוסלענדישע קאָסמאָס־שיפֿן מער נישט געליטן פֿון אַזוינע קאַטאַסטראָפֿעס.

אויב עס וועט זיך טאַקע אײַנגעבן צו שאַפֿן פֿאַרלאָזלעכע פֿילמאָליקע קאָסמאָס־ראַקעטן, וועלן די קאָסמאָס־נסיעות ווערן אַ סך ביליקער. מיט אַ יאָר צוריק, האָט מאָסקס פֿירמע מיט דערפֿאָלג נאָכאַמאָל אויסגענוצט אַ ראַקעט, וואָס האָט פֿריִער געלאַנדט אויף אַ ים־פּלאַטפֿאָרם. צום צווייטן מאָל האָט דער ראַקעט ווידער געלאַנדט אויף אַן אויטאָמאַטישער שיף. להיפּוך צו די קלאַסישע ראַקעטן, קערן זיך אום זײַנע ראַקעטן אויף דער ערד ווי אַ מין פֿליִענדיקער טורעם. טאַקע אַ גרויסע דערגרייכונג, וואָס וואָלט מיט צען יאָר צוריק געקלונגען ווי פֿאַנטאַזיע!

אַז מע רעדט פֿון פֿאַנטאַזיע, האָבן מיר נישט לאַנג צוריק געלייענט פּרשת נח, וווּ עס גייט אַ רייד וועגן דעם מגדל־בבֿל — דעם ריזיקן טורעם ביזן הימל. ווי אַזוי קאָן מען אויפֿשטעלן בכלל אַ טורעם ביזן הימל? רבי יונתן אייבעשיץ, איינער פֿון די באַקאַנטסטע תּורה־מפֿרשים, לייגט פֿאָר אין זײַן ספֿר „תּפֿראת יהונתן‟ די חידושדיקע השערה, לויט וועלכער דער מגדל־בבֿל איז געווען אַ קאָסמאָסשיף, מיט וועלכער די בויער האָבן געהאָפֿט זיך צו ראַטעווען אויף דער לבֿנה פֿון אַ מעגלעכן נײַעם מבול.

הײַנט באַקאַנט ווי אַ קלאַסיקער פֿונעם חרדישן „ספֿרים־קאַנאָן‟, איז אייבעשיץ למעשׂה געווען אַ וועלטלעך־געבילדעטער נײַגעריקער מענטש, אַ מין פֿריִיִקער משׂכּיל. אינעם 18טן יאָרהונדערט, ווען דער רבֿ האָט געלעבט, האָט ער גאַנץ פֿאָרשריטעריש באַשריבן אַ קאָסמאָסשיף („ספֿינה‟ אויף לשון־קודש) אָנגעפֿילט מיט „פּילווער‟, ווי אייבעשיץ דריקט זיך אויס אויף זײַן טשעכישן ייִדיש־דיאַלעקט. דעם ריזיקן טורעם האָבן די בויער פֿונעם מגדל־בבֿל אויפֿגעשטעלט, ווײַל פֿון אַ גרויסער הייך, וווּ די ערד־אַטמאָספֿער ווערט שיטערער, איז גרינגער אַרויסצושיסן דעם ראַקעט.

רבי יצחק דמן עכּו און רבי מנחם ציוני האָבן נאָך אינעם 14טן און 15טן יאָרהונדערט באַטאָנט, אַז דער מגדל־בבֿל האָט געקאָנט פֿליִען אין הימל — מיטן כּוח פֿון כּישוף. אייבעשיץ האָט אָבער צוגעגעבן אַ גענוג רעאַליסטישן וויסנשאַפֿטלעכן טעם צו דער דאָזיקער לעגענדע. אַדרבה, אין זײַן געדאַנק פֿון אויסנוצן אַ גרויסן טורעם ווי דעם ערשטן עטאַפּ פֿונעם לבֿנה־פֿלי, האָט ער פֿאַקטיש פֿאָרויסגעזאָגט די שטאַפּל־קאָנסטרוקציע פֿון די מאָדערנע קאָסמאָס־ראַקעטן.

איז אילאָן מאָסקס „גרויסער פֿאַלק‟ אַ מין נײַער „מגדל־בבֿל‟, בלויז אַ דעמאָנסטראַציע פֿון זײַנע אָנגעבלאָזענע אַמביציעס? דעם 29סטן סעפּטעמבער האָט ער מסכּים געווען צו באַצאָלן 20 מיליאָן דאָלאַר אויסגלײַך־קאָמפּענסאַציע נאָך אַ מישפּט צוליב אַקציעס־שווינדלערײַ אין שײַכות מיט זײַן פֿירמע „טעסלאַ‟. די דאָזיקע פֿירמע האָט פּראָדוצירט דעם דערמאָנטן עלעקטרישן אויטאָ, וואָס פֿליט איצט אויף דער אָרביט אַרום דער זון. ווײַזט אויס, אַז נישט געקוקט אויף גרויסע דערגרייכונגען אין קאָסמאָס־אינדוסטריע, זענען מאָסקס צוזאָגן און געשעפֿטן נישט אַלעמאָל ערלעך.

פֿון דעסט וועגן, ווי געזאָגט, חלומען דאָך מענטשן, אַרײַנגערעכנט באַקאַנטע רבנים, שוין דורות־לאַנג פֿון פֿליִענדיקע טורעמס און לבֿנה־נסיעות. מאָסק איז באַקאַנט ווי אַן אַמביציעזער און ענטוזיאַסטישער בעל־חלומות. עס קאָן זײַן, אַז דווקא אַ דאַנק זײַן לײַדנשאַפֿט, וועט ער אַרויסווײַזן די פֿעיִקייט צו פֿאַרווירקלעכן זײַנע פֿאַנסאַסטיש־קלינגענדיקע לבֿנה־ און מאַרס־פּלענער.