איין־טאָגיקער סעמינאַר מיט דוד ראָסקעס וועגן שרײַבער־גרופּע „יונג־ישׂראל“

One-Day Seminar With David Roskies on Literary Group, Yung Yisroel

פֿון פֿאָרווערטס־רעדאַקציע

Published October 23, 2018.
אַ טייל פֿון דער שרײַבער־גרופּע „יונג־ישׂראל“.
League for Yiddish
אַ טייל פֿון דער שרײַבער־גרופּע „יונג־ישׂראל“.

די „ייִדיש־ליגע“ אָרדנט פֿון צײַט צו צײַט אײַן גאַנצטאָגיקע סעמינאַרן אויף מאַמע־לשון געווידמעט דער ייִדישער ליטעראַטור און קולטור־געשיכטע.

ווי די דריטע פּראָגראַם אין איר סעריע „אַ טאָג ייִדיש“, וועט די אָרגאַניזאַציע זונטיק, דעם 9טן דעצעמבער, זיך אָפּגעבן מיט די פּערזענלעכע און קאָלעקטיווע געשיכטעס פֿון די שרײַבער אין דער ליטעראַרישער גרופּע „יונג־ישׂראל“. אין דער פּראָגראַם „יונג־ישׂראל: דער דריטער בראשית פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור“ וועט ד׳׳ר דוד־הירש ראָסקעס אַרומרעדן די צען יונגע פּאָעטן און שרײַבער, וואָס האָבן יונגערהייט זיך באַזעצט אין ישׂראל (אַלע — אין די 20ער) און קעגן דער שטראָם פֿון דער יונגער ייִדישער מדינה באַשלאָסן צו שרײַבן און שאַפֿן אויף ייִדיש.

באַזונדערס וועט ראָסקעס זיך קאָנצענטירן אויף די ווערק פֿון די פּאָעטן רחל פֿישמאַן, ה. בנימין און אַבֿרהם רינצלער און די פּראָזאַיִקערס צבֿי אײַזנמאַן און יאָסל בירשטיין. דערצו וועט ער אַרומרעדן זייער ליטעראַרישן מאַניפֿעסט און די פֿאַרשידענע חילוקי־דעות, וואָס האָבן זיך געשאַפֿן צווישן די מיטגלידער פֿון דער גרופּע.

ד׳׳ר דוד ראָסקעס.
Jewish Theological Seminary
ד׳׳ר דוד ראָסקעס.

בײַ דער געלעגנהייט וועט מען אויך ווײַזן דעם דאָקומענטאַר־פֿילם פֿון באָריס סאַנדלער וועגן דעם לעבן און שאַפֿן פֿון יאָסל בירשטיין.

די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען אין דער שיל „אנשי חסד“ (251 וועסט 100סטע גאַס), פֿון 9 אַ זייגער אין דער פֿרי ביז 6 אַ זייגער אין אָוונט.

כּדי אָנטיילצונעמען אינעם רעפֿעראַט מוז מען זיך פֿאַרשרײַבן פֿון פֿריִער, ביזן 5טן נאָוועמבער. דער שׂכר־לימוד איז 30$ דאָלאַר פֿאַר פֿולצײַטיקע סטודענטן, 45$ דאָלאַר פֿאַר מיטגלידער פֿון דער „ייִדיש־ליגע“ און 70$ פֿאַרן ברייטן עולם.

נאָך אינפֿאָרמאַציע שרײַבט: info@leagueforyiddish.org.