שׂרה־מינע גאָרדאָן וועט רעדן אין „קאָלומביע־אוניווערסיטעט“

Sarah Gordon to Speak at Columbia University

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published October 24, 2018.
Klezkanada

די ייִדיש־פּראָגראַם אין „קאָלומביע־אוניווערסיטעט“ איז בפֿירוש אַקטיוו דעם זמן, ניט בלויז וואָס שייך די צענדליקער סטודענטן וואָס לערנען זיך די שפּראַך אויף עטלעכע ניוואָען, נאָר אויך ווי אַ געזעלשאַפֿטלעכער פֿענאָמען.

דער אָרטיקער ייִדיש־קלוב, בראָש מיט צוויי באַרנאַרד־סטודענטקעס, האַלט אין איין אָרגאַניזירן אַקטיוויטעטן סײַ פֿאַר די ייִדיש־סטודענטן אויפֿן קאַמפּוס, סײַ פֿאַר יונגע ייִדיש־רעדנדיקע פֿונעם ניו־יאָרקער ראַיאָן בכלל.

אַזוי אַרום ווערט ”קאָלומביע“ אַ וויכטיקער אַדרעס פֿאַר ייִדיש־שפּראַכיקע אונטערנעמונגען אין ניו־יאָרק.

איין פּאָפּולערע אַקטיוויטעט בײַ זיי איז אַ סעריע אינטערוויוען מיט פּערזענלעכקייטן פֿון דער ייִדיש־גאַס, ”פֿאַרברענגט מיט אַ ייִדיש־שטערן“, אָנגעפֿירט פֿון דער דירעקטאָרשע פֿון דער ייִדיש־פּראָגראַם, אַגי לאַגוטקאָ. ביז איצט האָט לאַגוטקאַ שוין אינטערוויויִרט ליפּא שמעלצער, דניאל קאַהן, שיין בייקער און יעלענאַ שמואלענסאָן.

דינסטיק, דעם 13טן נאָוועמבער אין אָוונט, וועט לאַגוטקאָ פֿירן אַ שמועס מיט דער זינגערין און כּלל־טוערין שׂרה־מינע גאָרדאָן, צום מערסטן באַקאַנט ווי די גרינדערין און הויפּט־זינגערין פֿון דער ייִדיש־שפּראַכיקער ראָק־קאַפּעליע ”ייִדישע פּרינצעסין“. גאָרדאָן, די טאָכטער פֿון דער באַרימטער ייִדישער זינגערין און כּלל־טוערין חנה קופּער ז׳׳ל, געהערט צום פֿערטן דור ייִדישע זינגערס אין איר משפּחה און טרעט אָפֿט אויף צוזאַמען מיט אַנדערע קלעזמער־גרופּעס.

גאָרדאָן האָט אויך געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע בײַם גרינדן דעם פֿעסטיוואַל ”ייִדיש־ניו־יאָרק“ און פֿירט דאָרטן אָן מיט דער קינדער־פּראָגראַם. דערצו איז זי, אין איינעם מיט דניאל קאַהן, צווישן די געציילטע וועלטלעכע קלעזמאָרים פֿונעם ייִנגערן דור, וואָס שרײַבן אָריגינעלע לידער אויף מאַמע־לשון.

די פּראָגראַם, אויף ייִדיש און ענגליש, וועט פֿאָרקומען 8 אַ זייגער אין אָוונט בײַם ”דויטשעס־האַוס“, 420 וועסט 116סטער גאַס. כּיבוד וועט סערווירט ווערן.

נאָך אינפֿאָרמאַציע פֿאַרבינדט זיך מיט ד׳׳ר אַגי לעגוטקאָ: abl2109@columbia.edu.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.